די פאראייניגטע שטאטן האט וועטאאירט א יו-ען רעזאלוציע וואס האט גערופן צו אנולירן דעם באשלוס פון פרעזידענט טראמפ, צו אנערקענען ירושלים אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל.

די רעזאלוציע, וואס איז אויפגעברענגט געווארן דורך עגיפטן, איז באשטעטיגט געווארן דורך די פערצן יו-ען סעקיוריטי קאנסיל מיטגלידערס, מיט'ן אויסנאם פון אמעריקע, וועלכע האט געשטימט דערקעגן און דאס אנולירט ניצנדיג איר וועטא-רעכט.

די אפשטימונג, וועלכע איז געקומען אלס א סימבאלישער אקט און טראגט נישט קיין שום למעשה'דיגן משמעות, איז לכתחילה אויפגעברענגט געווארן ביי סאמיט אין איסטאנבול די פאריגע וואך, ביי וועלכן די פארשטייערס פון צענדליגער איסלאמישע לענדער זענען זיך צוזאמגעקומען מיט'ן ציל אויפצוקומען מיט וועגן צו באקעמפן די החלטה פון דער טראמפ-אדמיניסטראציע.

רעדנדיג נאך דער אפשטימונג האט פרוי העילי, די אמעריקאנער אמבאסאדאר צו דער יו-ען, דעקלערט אז "קיין שום לאנד וועט אונז נישט איינטיילן וואוהין אוועקצושטעלן אונזער אמבאסאדע." העילי האט קריטיקירט די יו-ען פאר'ן שטערן די שלום-באמיאונגען אין יענעם וועלט-טייל, און דערביי אנגעוויזן אז די פאראייניגטע שטאטן, וועלכע האט געשאנקען איבער פינף-ביליאן דאלאר צו דער 'פאלעסטינער אויטאריטעט' זינט 94', האט געטאן מער ווי סיי-וועמען צו העלפן ברענגען א שלום צווישן מדינת ישראל און די אראבער.

ביים איסטאנבול-סאמיט איז דער טערקישער פרעזידענט, ארדואן, געווען באזונדערס אויסגעשפראכן אין זיין ווידערשטאנד קעגן די אמעריקאנער, און האט אויסגעדריקט זיין ווילן צו אריבערפירן איר אמבאסאדע קיין ירושלים, וואס ער האט באצייכנט אלס "די הויפטשטאט פון די צוקונפטיגע פאלעסטינער לאנד".

אין צוזאמהאנג, האט די פאלעסטינער אויטאריטעט דערקלערט אז זי וועט זיך נישט טרעפן מיט וויצע-פרעזידענט, מייק פענס, ביי זיין באזוך אין מדינת ישראל שפעטער אין וואך. די פאלעסטינער אראבער זענען באזונדערס אויפגעברויזט נאך א פרישן סטעיטמענט פון ווייסן הויז וואס האט געזאגט, אז הגם אמעריקע ארבעט אויף א שלום פלאן, וועט דער כותל המערבי זיכער בלייבן אין מדינת ישראל טעריטאריע.

בילד: אמעריקע וועטאאירט פעלקער-פאראיין אפשטימונג איבער ירושלים

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל