צאנא – די סיטואציע אין תימן, מיט'ן אנגייענדיגן בירגער קריג, האט זיך נעכטן פארשארפט און ס'האט געמאכט אינטערנאציאנאלע העדליינס, ווען איראנער-געשטיצטע האוטי רעבעלן האבן דערמארדעט אלי אבדולא סאלע, דער געוועזענער לאנגיעריגער דיקטאטור וועלכער האט געפירט תימן מיט א שטייפע האנט פאר דרייסיג יאר, ביז ער איז אראפגעווארפן געווארן פון דער מאכט אין יאר 12'.
סאלע'ס מארד איז געקומען ווי א שאק אין דער אראבישער וועלט, נאכדעם וואס בלויז צוויי טעג צוריק האט אויסגעזען ווי ס'איז דא א שאנס פאר שלום און רואיגקייט אין תימן, מיט סאלע אלס א הויפט שפילער אינעם שלום. יעצט אז די איראנער האוטי רעבעלן האבן אומגעברענגט דעם הויפט פיגור וועלכער האט געוואלט א שלום אפמאך, זעט אויס ווי די שלאכטן און קעגנזייטיגע באמבארדירונגען וועלן ווייטער אנגיין.
טראץ וואס סאלע איז געפלויגן פון מאכט אין יאר 12', האט ער אבער זיך נישט לאנג נאכדעם צוריקגעקערט אלס א וויכטיגער פיגור. אין אנהייב האט ער זיך געהאט געשטעלט אויף דער זייט פון די איראנער האוטי רעבעלן, אבער מיט עטליכע טעג צוריק איז ער ארויסגעקומען און געזאגט אז ער וויל שלום מאכן מיט סאודי אראביע – די הויפט קעמפער קעגן די האוטי רעבעלן, און דער טויש האט סאלע'ן געקאסט זיין לעבן.
די האוטי רעבעלן זענען איבערגעפאלן דאס הויז פון סאלע אין תימנ'ער הויפטשטאט צאנא, און זיי האבן אים ארויסגעשלעפט אויף דער גאס, וואו זיי האבן אים דערמארדעט אויף א בארבארישן פארנעם. בלויז געציילטע שטונדן שפעטער, אין רעאקציע צו די רעבעלן'ס שריט, האבן סאודיער מיליטערישע פליגערס באמבארדירט פאזיציעס פון די האוטי רעבעלן, און דערווייל זעט מען נישט קיין ענדע צו דער בירגער קריג.

הוסף רשומת תגובה