לאנדאן – די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע, טעריסא מעי, האט נעכטן געליטן א שטארקן דורכפאל, אין אירע אנגייענדיגע געשפרעכן ארום דעם ברעקזיט, ווען א דיעל וואס זי האט געוואלט גרייכן צווישן דעם אייראפעאישן יוניאן און צפון אירלאנד איז דורכגעפאלן. צפון אירלאנד איז טייל פון ענגלאנד, און הארט דערנעבן איז אירלאנד, א זעלבסטשטענדיג לאנד. צפון אירלאנד באאמטע האבן געוואלט אז מעי זאל ערלעדיגן אז אפילו נאכדעם וואס דער ברעקזיט וועט זיין א רעאליטעט, זאלן זיי קענען ווייטער מיטטיילן אן אפענע גרעניץ און פינאנציעלע מארקעטס מיט אירלאנד און די איבריגע אייראפעאישע יוניאן. עס האט אויסגעזען ווי דער דיעל גייט צושטאנד קומען, אבער טעריסא מעי'ס אליאירטע באאמטע אינערהאלב דער צפון אירלאנד רעגירונג, וועלכע זענען קעגן אזא דיעל, זענען ארויסגעקומען שארף דערקעגן, און אויך האבן אנדערע בריטישע טעריטאריעס, א שטייגער ווי סקאטלאנד, געזאגט אז אויב צפון אירלאנד באקומט אזא דיעל, ווילן זיי עס אויך האבן.
הוסף רשומת תגובה