סעאל – דרום קארעא און אמעריקע האבן נעכטן צוזאמען אנגעהויבן פרישע מיליטערישע איבונגען, וואס זענען די גרעסטע לופט טרענירונגען וואס די צוויי לענדער האבן סיי ווען אפגעהאלטן צוזאמען, און ווי דער פענטאגאן זאגט, וועט עס דויערן פינף טעג און עס נעמט אריין מער ווי צען טויזנט טרופן און 230 מיליטערישע פליגערס. צפון קארעא האט בעפאר'ן אנהייב פון די טרענירונגען געסטראשעט, אז אויב וועט אמעריקע טאקע פאראויסגיין דערמיט, וועט דאס זיין ווי א צייכן אז זיי בעטן זיך פאר א נוקלעארער קריג, און באזונדער האבן כינע און רוסלאנד געלייגט שטארקע דרוק אויף דער אמעריקאנער רעגירונג אפצושאפן די איבונגען, אבער אמעריקע האט זיך נישט געבראכן פאר דעם אינטערנאציאנאלן דרוק. די איבונגען קומען אינעם זעלבן טאג וואס מ'האט געהערט א פרישן אפדעיט איבער'ן מיסיל טעסט וואס צפון קארעא האט דורכגעפירט פאריגע וואך, ווען פילאטן פון א "קעטעי פאסיפיק" פליגער האבן דערציילט אז זיי האבן געזען מיט די אייגענע אויגן וויאזוי דער מיסיל פליעט, דורכפארנדיג גאר נאענט צום טעסט ארט.
זעה בילדער
זעה בילדער
הוסף רשומת תגובה