בערלין – נעכטן איז מען געקומען א טריט נאנטער צו לעזן די אומזיכערקייט וואס נעמט ארום די רעגירונג אין דייטשלאנד, ווען די "סאציאלע דעמאקראטן" פארטיי האט געמאלדן אז זיי וועלן קומענדיגע וואך אנהייבן געשפרעכן איבער דער מעגליכקייט אז זיי וועלן זיך צוזאמשטעלן מיט מערקעל. די דייטשע קאנצלערין אנגעלע מערקעל האט געווינען ווידערוויילונג עטליכע מאנאטן צוריק, אבער איר פארטיי איז נישט אריינגעקומען גענוג שטארק, אז זי זאל קענען אליינס צוזאמשטעלן א קאאליציע, און זי מוז דעריבער צוקומען זיך צוזאמצושטעלן מיט אנדערע פארטייען צו קענען פארמירן א קאאליציע. זי האט אין אנהייב פרובירט צו גיין מיט די קלענערע "גרין" און "פרייע דעמאקראטן" פארטייען, וויבאלד די "סאציאלע דעמאקראטן" פארטיי האבן נישט געוואלט הערן פון זיצן אינאיינעם מיט מערקעל אין דער רעגירונג. למעשה זענען די געשפרעכן מיט די קלענערע פארטייען צוזאמגעפאלן, און די "סאציאלע דעמאקראטן" פארטיי האט געלאזט הערן אז זיי זענען דיא וויליג זיך צוזאמשטעלן מיט מערקעל. די געשפרעכן פאר אזא צוזאמשטעל וועלן זיך אנהייבן קומענדיגע וואך.

בילד: מארטין שולץ, דער פירער פונעם סאציאל-דעמאקראטישן ליבעראלע פארטיי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל