אפאלא 8 איז געווען די ערשטע מאל וואס אסטראנטען זענען געפלויגן צו די לבנה, זיי האבן נישט געלאדענט נאר אריין אין די לבנה'ס ארביט. נאך אפאלא 8 האבן די רוסן איינגעזען אז אמעריקע האט שוין א פארטיגע ראקעט צו פירן אסטראנאטן צו די לבנה, נעמליך די סאטורן V ראקעטס, בשעת די רוסן האבן נאך ניטאמאל געהאט איין סוקסעספול ארויפשיס פון זייער N1 ראקעט.

דעמאלסט האבן די רוסן אומאפיציעל אויפגעגעבן די רעיס, אבער זײ האבן נישט געזאגט פאר קיינעם. ערשט אפאר חדשים שפעטער ווען אפאלא 11 האט געלאדענט אויף די לבנה האט אמעריקע אפגעצייכענט די זיג אינעם ספעיס רעיס.

1968 איז געווען א שווערע יאר פאר די וועלט, אסאך לענדער האבן געהאט איבערקערענישן איבער פאליטיק. פרעזידענט קענעדי איז געווארן געשאסן, און נאך אסאך פראבלעמן.

אפאלא 8 איז ארויסגעפלויגן דעצעמבער 21 פון קענעדי ספעיס צענטער, און זענען אנגעקומען צו די לבנה 3 טעג שפעטער אום דעצעמבער 24. דער ראקעט ברען אריינצוגיין אין די לבנה'ס ארביט האט געמוזט פארקומען בשעת די ראקעט איז געווען אויף די ווייטע זייט פון די לבנה, און דעמאלסט האט מען נישט געהאט קיין ראדיא קאנעקשן צו די אסטראנאטן.

די גאנצע וועלט איז געשטאנען צוגענאגאלט צו די ראדיא און געווארט מיט א שטילקייט ביז די ראקעט קומט ארויס פון די אנדערע זייט לבנה, צו זעהן אויב ס'איז געווען סוקסעספול, אויב וואלט איז נישט דורך מיט סוקסעס, וואלט די אסטראנאטן געבליבן אין ספעיס פאר אייביג.

צו די פונקטליכע סעקונדע, איז ראקעט ארויסגעקומען פון די אנדערע זייט, וואס האט געמיינט אז ס'איז אדורך מיט סוקסעס, און דעמאלסט האבן די אסטראנאטן געזעהן צום ערשטן מאל א הערליכע בילד, earthrise די ערד שיינט אויף! זיי האבן געזען ווי פון די האריזאנט פון די לבנה קומט די ערד צוביסלעך ארויף העכער און העכער, א בילד וואס זיי האבן נישט ערווארטעט.

אביסל שפעטער ווען די נאכט איז צוגעפאלן אין אמעריקע, וואס ווערט אפגעצייכענט אין אמעריקע אלס די גרעסטע גלויביגע חאגע, האבן די אסטראנאטן געזאגט אז זיי האבן א מעסעדזש איבערצוגעבן פאר די וועלט, און אויף לייוו ראדיא האבן זיי אנגעהויבן פארליינען פרשת בראשית אין ענגליש. In the beginning God created the heaven and the earth. אזוי האבן זיי זיך איינגעטיילט יעדע פון זיי האט פארגעליינט אפאר פסוקים. דערנאך האט די אסטראנאט פרענק בארמען צוגעענדיגט "און מיר די מאנשאפט פון אפאלא 8 ווילן מיר וואונטשן א גוטע נאכט, גוטע מזל, דערהויבענע חאגע, גאט זאל ענק אלע בענטשן, ענק אלע אויף די גוטע ערד"!

די מיסיע איז געווען לייוו אויף די ראדיא אין 15 אנדערע שפראכן, און ווערט פאררעכנט אלס איינע פון די מערסט געדעקטע פאסירונג און די היסטאריע. א שטיק צייט נאך די מיסיע האט די אסטראנאט פרענק בארמען באקומען א טעלעגראם פון אן אומבאקאנטן "איר האט געראטעוועט די יאר 1968".

בילד: 50 יאר פון אפאלא 8


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל