די רוסישע אויסערן מיניסטעריום האט ארויסגעלייגט איר שאצונג אז די אייסיס קעמפער וועלכע זענען פארטריבען געווארן פון איראק און סיריע האבן אצינד געטראפן א נייע היים אין אפגאניסטאן, ווי עס האלטן זיך אויף לויט אירע שאצונג איבער 10,000 קעמפער וועלכע זענען אנטלאפן פון די סיריער און איראקער שלאכטפעלדער, די רוסישע אויסערן מיניסטעריום האט דערביי צוגעלייגט אז אמעריקע פארשטייט נישט גענוג די געפאר וואס אייסיס שטעלט אין אפגאניסטאן. אפגאניסטאן איז א מער צוגעפאסטע ראיאן פאר אייסיס ווי זיי קענען קאלאבערירן מיט די טאליבאנער און זיך אויסבאהאלטן אין די פילע בערג און היילן. דאס טוט פילפאכיג מער קאמפליצירן דער אמעריקאנער מיסיע אין אפגאניסטאן. רוסלאנד האט אנגעדייטעט אז זי וועט ווערן מער פארמישט אין אפגאניסטאן וויבאלד די הויפט אנוועזנהייט פון אייסיס איז נאנט צום גרענץ מיט רוסלאנד.

רוסלאנד שאצט אז אייסיס פארמאגט איבער 10,000 קעמפער אין אפגאניסטאן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל