א אויספירליכע פארש ארבייט פון די ״אסאשיעטעד פרעס״ דעקט אויף א רוסלאנד טוט נישט בלויז צילן דשורנאליסטן און פאליטישע אקטיוויסטן אינערהאלב רוסלאנד, נאר אויך ״פיינטליכע״ דשוראנליסטן איבער די וועלט און הויפטזעכליך אין אמעריקע זענען אויף איר ראדאר. די סייבער זיכערהייט פירמע ״סעקיור-ווארק״ זאגט אז די זעלבע גרופע העקער וועלכע צילן אמעריקאנער פאליטיקאנטן און רעגירונג באאמטע טוען אויך פרובירן צו אטאקירן און אינפליטרירן די קאמפיוטערס פון איבער 200 דשורנאליסטן וועלכע האבן געשריבן נעגאטיווע באריכטן איבער רוסלאנד, די באמיאונגען פון רוסלאנד גייען שוין אן עטליכע יאר פון 2014, די זשורנאליסטן זענען אין אמעריקע, אוקראינע און די באלקאנישע לענדער, און די מערסטע ווערן געצילט די דשורנאליסטן וועלכע זענען אוסגעשפראכן קעגן רוסלאנד.

בילד: רוסלאנד סעקירט דשורנאליסטן איבער די וועלט מיט העקערייען

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל