כינע איז אויפגעקומען מיט א געניאלע געדאנק צו צווינגען מענטשן צו באצאלן שטייערן, נעמליך דורך זיי פארשעמען אין די גאסן. די שטאט שיאן אין צענטראל כינע האט אויפגעשטעלט א מאסיווע led סקרין אין צענטער פון שטאט און דארט ווערן ארויסגעשטעלט די פונקטליכע דעטאלן פון יעדער איינער וואס דרייט זיך ארויס פון באצאלן ערליך שטייערן, אין די לעצטע טעג האט די שטאט-ראט ארויסגעשטעלט די בילדער און פריוואטע אינפארמאציע פון ארום 400 בירגער וועלכע האבן דערווייל נישט באצאלט שטייערן. אין כינע איז ווי עס שיינט פארשעמען א נארמאל פארעם פון שטראף, א געריכט אורטייל פאריגע וואך האט געגעבן רשות פאר טעלעפאן פירמעס צו ארויפשטעלן א מעלדונג ווען איינער פארבינדט זיך צו איינעם וואס איז שולדיג געלט פאר די פירמע אין וועלכע מען מעלדט אז דער יעניגער האלט נישט ביים באצאלן. אזוי אויך זענען דא שטעט אין כינע ווי די וואס גייען אריבער א רויטע טראפיק ליכט ווערן פאטאגראפירט און זייער בילד ווערן ארויסגעשטעלט אין די גאסן.

כינע וועט ״פארשעמען״ בירגער וועלכע באצאלן נישט קיין שטייערן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל