ניו יארק – אן ארטאדאקסישע אידישע שולע פון בחורים אין לאנג איילענד, איז עוואקואירט געווארן נאכדעם ווי א באמבע סטראשונקע, אריינגעשיקט דורך א "פאקס" מיטוואך נאכמיטאג, איז אריינגעקומען צו די "היברו אקאדעמיע אוו פייוו טאונס און ראקעוועי", און ס'האט זיך געלייענט אז א באמבע איז איינגעפלאנצט געווארן ערגעצוואו אויף דער שולע'ס שטח. אויספאלגענדיג די פראטאקאלן און געזעצן, האבן די שולע באאמטע באלד אלארמירט די פאליציי, זיי האבן עוואקואירט די געביידע, און די פאליציי איז אראפגעקומען מיט ספעציעלע שמעק-הינט און אנדערע באמבע-דערשפירונג טעכנאלאגיע. דורכאויס דער גאנצער צייט, האבן די בחורים זיך געפונען אין א דערנעבנדיגן בית המדרש, וואו מען האט ממשיך געווען מיט די לימודים און געבעטן צום באשעפער אז אלעס זאל זיך אויסלאזן גוט. נאך א קורצע צייט איז געקומען די מעלדונג פון די פאליציי אז זיי האבן געענדיגט דורכזוכן די גאנצע געביידע און דעם פראפערטי ארום, און זיי האבן נישט געפונען קיין שום באמבע אדער אויפרייס מאטעריאל. די פאליציי זאגט אז זיי וועלן אויספארשן צו דערגיין ווער עס האט געשיקט דעם בריוו.

בילד: לאנג איילענד ישיבה קריגט סטראשונקע

בילד: היברו אקאדעמיע אוו פייוו טאונס און ראקעוועי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל