בערלין – די "דויטשע בונדסבאנק", דייטשלאנד'ס צענטראלע באנק, האט געמאלדן אז זי פלאנירט אנצוהייבן אויספארשן די היסטאריע פונעם דייטשן נאציאנאלן באנק סיסטעם, אריינגערעכנט די נאציאנאלע בענק וועלכע האבן עקזיסטירט בעפאר איר, צווישן די יארן פון 923' און 969', און זיי וועלן דאס פארשן צו דערגיין אויב ס'איז אמת די באשולדיגונגען, אז די דייטשע נאציאנאלע באנק האט ארויסגעהאלפן די נאציס ימ"ש. דער היסטאריקער אלברעכט ריטשט, פון דער "לאנדאן עקאנאמיקס" שולע, וועט אנפירן מיט די פארשונגען, וואס וועט ארייננעמען דאס אויספארשן די "רייכסבאנק" און דערגיין צי די באנק האט טאקע געהאלפן דעם נאצי רעזשים צו וואשן די מאסן גערויבטע גאלד און אנדערע טייערע רייכטומען וואס די נאציס ימ"ש האבן גערויבט פון די אייראפעאישע אידן ביים זיי דעפארטירן צו די קאנצענטראציע לאגערן – א באשולדיגונג וואס מען הערט שוין לאנגע יארן, אבער איז נאכנישט פולקאם באשטעטיגט געווארן אלס א פאקט. אויסער דעם ווערט באשולדיגט אז די דייטשע נאציאנאלע באנק האט געהאלפן מאניפולירן די לאקאלע וואלוטע אין נאצי-אקופירטע גריכנלאנד, מיט'ן ציל אנצודרייען א מאסן-הונגער פון וועלכן טויזנטער זענען אויסגעשטארבן.
הוסף רשומת תגובה