קענטאקי – מיט א וואך צוריק, איז דער רעפובליקאנער קענטאקי סענאטאר רענד פאול ווילד אטאקירט געווארן דורך א שכן, פון וועלכע ער האט געליטן עטליכע צעבראכענע ריפן ביינער און עס וועט דויערן עטליכע וואכן, אדער מאנאטן, ביז ער וועט זיין פולקאם ערהוילט. באלד נאך דער אטאקע, האבן די פאליציי אויטאריטעטן אין באולינג גרין, קענטאקי – די געגנט וואו סענאטאר פאול וואוינט און וואו די אטאקע האט פאסירט – געזאגט אז דער איבערפאל איז געווען צוליב א געשלעג איבער הויפנס שמוץ און אפגעשניטענע גראז צווישן דעם סענאטאר און זיין שכן, און האט גארנישט געהאט מיט פאליטיק, אבער עטליכע קאנסערוואטיווע נייעס אגענטורן האבן אין די לעצטע פאר טעג פארעפנטליכט באריכטן אין וועלכע זיי ברענגען קאמענטארן פון אנדערע שכנים, וואס מאכן אוועק די ערשטע באריכטן און זאגן אז דער געשלעג האט בכלל נישט געהאט קיין שייכות מיט שמוץ אדער גראז, נאר דער אטאקירער איז מעגליך א ליבעראלער, וועלכער האט פיינט דעם קאנסערוואטיוון סענאטאר. נעכטן האט סענאטאר פאול אליינס ארומגעשיקט עטליכע "לינקס" צו די באריכטן פון די קאנסערוואטיווע נייעס אגענטורן, געבנדיג אנצוהערן אז ער האלט אויך אז די אטאקע קעגן אים איז געווען פאליטיש-מאטיווירט.

בילד: רענד פאול מעגליך יא אטאקירט צוליב פאליטיק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל