וואשינגטאן – נאענט צו זעכציג טויזנט האיטיער בירגער, וועלכע געפינען זיך אין אמעריקע אלס צייטווייליגע פליטים, וועלן אהיימגעשיקט ווערן, נאכדעם וואס די פעדעראלע רעגירונג האט געמאלדן אז זייער פליטים סטאטוס וועט אפלויפן אינמיטן יאר 19'. די האיטיער זענען אריינגעלאזט געווארן אין אמעריקע אין יאר 11', נאכדעם וואס האיטי איז אין יאר 10' באטראפן געווארן פון א היסטארישן און מאכטפולן ערדציטערניש, וועלכע האט אומגעברענגט נאענט צו דריי הונדערט טויזנט בירגער און איבערגעלאזט מיליאנען האיטיער בירגער היימלאז. אונטער אבאמא האבן די האיטיער נאכאנאנד באקומען א פארלענגערונג צו קענען פארבלייבן אין אמעריקע פאר נאך עטליכע מאנאטן, אבער ווען טראמפ איז אריינגעקומען אין אמט, איז געווען קלאר אז די שוץ וועט קומען צו אן ענדע, אבער פילע מענטשן רעכט גרופעס זענען נעכטן ארויסגעקומען מיט א הייסע ביטע צו דער טראמפ אדמיניסטראציע, אז ער זאל יא פארלענגערן זייער שוץ סטאטוס, זאגנדיג אז דער צושטאנד אין האיטי איז נאכנישט פארבעסערט.

בילד: האיטיער פליטים וועלן אהיימגעשיקט ווערן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל