טעקסאס – נעכטן האט מען געהערט פרישע דעטאלן איבער'ן טויט פון אן אמעריקאנער גרעניץ וועכטער, און עס שטעלט זיך ארויס אז ס'איז מעגליך געווען אן עקסידענט. ווען עס איז צום ערשט באריכטעט געווארן אז דער גרעניץ וועכטער, ראגעליא מארטינעז (Rogelio Martinez), איז אומגעקומען ביי דער גרעניץ צווישן מעקסיקא און טעקסאס, האבן די באריכטן געצייגט אז עס איז געווען די רעזולטאט פון א ווילדן שטיינער אטאקע דורך א גרופע אומלעגאלע אימיגראנטן, און פרעזידענט טראמפ האט זיך טאקע ארויפגעכאפט דערויף און שארף פארדאמט דעם אינצידענט, זאגנדיג אז דאס צייגט די וויכטיגקייט פון בויען א גרעניץ וואנט. למעשה האבן לאקאלע פאליציי אויטאריטעטן אין טעקסאס נעכטן געזאגט, אז פון די וואונדן וואס מארטינעז האט געליטן, זעט אויס ווי ער איז פשוט אראפגעפאלן אין א טיפן גרוב. פארט איז מעגליך אז ער איז דארטן אריינגעפאלן אלס רעזולטאט פון א שטיינער אטאקע.

בילד: דער גרעניץ וועכטער, ראגעליא מארטינעז


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל