ניו יארק – אכט קאנדידאטן וועלכע זוכן צו קריגן די פאזיציע פון ניו יארק סיטי קאונסיל ספיקער, האבן אלע געזאגט אז זיי שטיצן דעם געדאנק פון פארלענגערן טוירם לימיטס פאר סיטי קאונסיל מיטגלידער. די קאנדידאטן האבן דאס אויסגעדרוקט ביי א ספעציעלער דעבאטע וועלכע איז אפגעהאלטן געווארן אין דער "ניו יארק געזעץ שולע", וואו זיבן פון די קאנדידאטן האבן געזאגט אז זיי שטיצן צו געבן די געלעגנהייט פאר א סיטי קאונסיל מיטגליד, אויב וויל ער לויפן פאר א דריטן טערמין, און אן אכטער קאנדידאט, סיטי קאונסילמאן ריטשי טאורעז, וועלכער האט נישט געקענט אנטיילנעמען ביי דער דעבאטע, האט געזאגט שפעטער אז ער שטיצט עס אויך. אין יאר 10' האבן א מערהייט ניו יארק סיטי וויילער געשטימט איינצוצוימען אז סיטי קאונסיל מיטגלידער זאלן נאר קענען דינען צוויי טערמינען, יעדע טערמין פון 4 יאר. אצינד זאגן די הויכראנגיקע קאונסיללייט אז זיי ווילן עס טוישן, און מען וועט דארפן ווארטן צו הערן די מיינונג פון די שטאטישע וויילער.

בילד: סיטי קאונסיל טוירם לימיטס דעבאטירט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל