וואַשינגטאָנוויל. — דער ווילעדזש האָט ענדליך אָנגעהויבן די רענאָוואַציע און אויסברייטערונג פון די וועיסטוואָטער–טריעטמענט פּלענט, מיט אַ גראָב–צערעמאָניע וואָס איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן דעם פאַרגאַנגענעם אָקטאָבער 28.
מעיאָר דזשאָו בוקאָו — וועלכער האָט איבערגענומען די פּאָזיציע דעם פאַרגאַנגענעם מערץ נאָכ'ן געווינען מיט אַ לענדסלייד — האָט געעפנט די צערעמאָניע דורך דאַנקען די באַטייליגטע פאַר'ן קומען, און געזאגט, אַז "דאס פאַרטרעט די ווילעדזש'ס פאַרפליכטונג צו אירע איינוואוינער צו פאַרריכטן די פּראָבלעמען וואָס פּלאָגן דעם סוער–טריעטמענט פּלענט פאַר יאָרן. מיר האָבן יעצט די בעסטע קוואַליטעט אינדזשענירן וועלכע אַדרעסירן אונזער ווילעדזש".
די טאָטאַלע קאָסטן פון די פּראָגראַם האָט דערגרייכט צו איבער 11 מיליאָן דאָלער, אָבער איז באַשטעטיגט געוואָרן מיט 3 וואָכן צוריק פאַר אַ געמיש פון סטעיט הלוואות אין סך–הכל פון 13.2 מיליאָן דאָלער. די 13.2 מיליאָן דאָלער נעמט אַריין אַ 6.6 מיליאָן דאָלער זעראָו-אינטרעסט הלוואה און אַ 6.6 מיליאָן דאָלער לאָו-אינטרעסט הלוואה צו פינאַנצירן די קאָסטן וואָס זענען פאַרבינדן מיט די פּלאַנירונג, צייכענונג און אויפבוי פון די אויסבעסערונג און אויסברייטערונג פון דעם ווילעדזש'ס וועיסטוואָטער–טריעטמענט פּלענט. מיט די סטעיט פינאַנצירונג וועט דער ווילעדזש זיך שפּאָרן אַרום 5 מיליאָן דאָלער איבער די 30–יאָר פאַר'ן באָנד פון די פּראָיעקט.
בוקאָ זאָגט, אַז כאָטש דער ווילעדזש איז אויטאָריזירט צו באָרגן ביז צו 13.2 מיליאָן דאָלער, אָבער ער האָט פאַרשפּראָכן צו האַלטן די פּרייז צו 10 מיליאָן דאָלער אָדער נאָך ווייניגער.
די אַפּגרעיד דאַרף געדויערן אַרום 20 חדשים, און די פּלענט וועט בלייבן אין באַנוץ בשעת די אַפּגרעיד איז געענדיגט.

הוסף רשומת תגובה