בילדף סאָשעל–סעקיוריטי געניסער וועלן זען אַ 2–פּראָצענטיגע העכערונג אין 2018

וואַשינגטאָן. — מיליאָנען סאָשעל–סעקיוריטי געניסער און אַנדערע רעטייערטע וועלן דעם קומענדיגן יאָר באַקומען אַ צוויי פּראָצענטיגע העכערונג, וואָס וועט זיין די גרעסטע זייט 12 ' כאָטש עס וועט דערגרייכן בלויז צו 25 דאָלער אַ דורכשניטליכן בענעפיטירער.

די העכערע בענעפיטן וועט גיין פאר איבער 61 מיליאָן סאָשעל–סעקיוריטי געניסער און איבער 8 מיליאָן וואס באקומען "עס–עס–איי" געניסער, צו געבן א לעבנס–קאָסט העכערונג וואס איז פארבינדן מיט די אינפלאַציע–ראַטע פונעם פריערדיגן יאָר.

סאָשעל–סעקיוריטי געלט ווערט געגעבן פאַר רעטייערטע אַרבייטער, אינוואַלידן וועטעראַנען, און פעדעראַלע רעטייערטע אַרבייטער. דאָס איז געמאַכט צו העלפן די וואָס קענען שוין נישט אַרבעטן אַז זיי זאָלן האָבן די מינימום וואָס מען דאַרף צו קענען דעקן די יעדן–טאָגיגע קאָסטן.

אין אַלגעמיין וואַקסן יעדעס יאָר די בענעפיטן לויט דעם וואוקס פון די "קאָלע" נומער. אין די פאַרגאַנגענע 40 יאָר, איז עס נאָר געשען צוויי מאָל וואָס די בענעפיטן זאָלן נישט אַרויפגיין, אין יאָר 10 ' און אין יאָר 2011.

איינמאָל אַ יאָר גיט די רעגירונג אַרויס די "קאָלע" נומער צוזאַמען מיט די "קאָנסומער פּרייז אינדעקס". דאָס וואָרט "קאָלע" מאַכט "קאָסט אָוו ליווינג עדזשאָסטמענט", און דאָס מיינט אַז מען רעכנט אויס לויט אינפלאַציע וויפיל עס איז געווען מער אָדער ווייניגער די קאָסטן פון לעבן דאָס יאָר.

אויב איז דאָ אינפלאַציע, מיינט דאָס אַז זאַכן קאָסטן טייערער איז די "קאָלע" העכער; און דאָס זעלבע פאַרקערט, אַ נידריגערע אינפלאַציע צו גאָר קיין אינפלאַציע, מיינט אַז די קאָסט פון לעבן איז נישט צופיל אַרויף, און נאָך אפשר אַראָפּ, און דאָס מיינט אַ נידריגערע "קאָלע".

זינט 75 ' ווען אינפלאַציע איז געווען גאָר שטאַרק, האָט קאָנגרעס איינגעפירט אַז די געלטער וואָס מען באַקומט פאַר סאָשעל–סעקיוריטי וואַקסט מיט די אינפלאַציע.

אויטאָמאַטישע העכערונגען זענען אַדאָפּטירט געוואָרן אַז בענעפיטן פֿאַר מענטשן אויף פיקסט–איינקונפטן וועלן מיטהאַלטן מיט די שטייגענדע פּרייזן. אָבער פילע עלטערע לייט באַקלאָגן זיך אַז די 'קאָל"ע' איז טיילמאָל זייער קליין, און עס לאָזט זיי מיט אַביסל פּלאַץ זיך צו רירן.

זייט 1975, זענען די יערליכע סאָשעל סעקיוריטי העכערונגען געווען אין דורכשניט 4.1 פּראָצענט. בלויז זעקס מאל זענען זיי שוין געווען ווייניגער ווי 2 פּראָצענט, אַריינגערעכנט דעם יאָר, ווען די העכערונגען איז געווען 1.7 פּראָצענט. עס איז נישט געווען קיין 'קאָל"ע' אין 10 ' אָדער 11 ' ווייל די אינפלאַציע איז אויך געווען נידעריג.

די ' קאָל"ע' ווערט יעדעס יאָר אויסגערעכענט דורך פאַרגלייכן קאָנסומער פּרייזן אין יולי, אויגוסט, און סעפּטעמבער צו פּרייזן אין די זעלבע דריי חדשים פונעם פֿריִערדיגן יאָר. אויב פּרייזן גייען אַרויף איבער'ן לויף פונעם יאָר, גייען אַרויף די בענעפיטן, אָנגעהויבן מיט צאָלונגען פונעם פאָלגענדן יאַנואַר. היי–יאָר, זענען די דורכשניטליכע פּרייזן פֿאַר יולי און אויגוסט געווען 1.4 פּראָצענט העכער ווי זיי זענען געווען אַ יאָר צוריק.

ווי נאָר די סעפּטעמבער באַריכט — דאָס לעצטע שטיקל פונעם פּאָזעל — איז פריי, קען די 'קאָל"ע' אָפיציעל פאַרעפנטליכט ווערן. אויב פּרייזן זעצן פאָר זיך לאַנגזאַם אַרויפצורוקן אין סעפּטעמבער, וועט עס שטעלן די 'קאָל"ע' צו אַרום 1.5 פּראָצענט.

אין יאַנואַר וועט מען אויך העכערן די מאַקסימום פארדינסטן אויף וואס מען צאלט סאָשעל–סעקיוריטי שטייערן פון 127.2 טויזנט דאָלער צו 128.7 טויזנט דאָלער. ארום 175 מיליאָן ארבייטער וועלן באצאלן די שטייערן אין 18 ', און מען שאַצט אז ארום 12 מיליאָן וועלן דארפן מער צאלן צוליב העכערן דעם מאקסימום.

אויך וועט מען העכערן די מאָנאַטליכע באצאלונגען פאר מעדיקעיר דעקונג, ממילא וועט דאס אביסל אוועקנעמען פון די העכערע בענעפיטן וואס מען וועט באקומען, אבער מען ערווארט אז אין דורכשניט וועט זיין א 25 דאָלער העכערונג חודש'ליך. עס איז טאקע א קליינע העכערונג, אבער די גרעסטע זינט 12 ’, ווייל אין די פינף יאר זינט דאן האט אמעריקע נישט געהאט קיין באדייטנדע אינפלאַציע, האט מען נישט געמוזט העכערן די סאָשעל–סעקיוריטי בענעפיטן.

דער דורכשניטליכער סאָשעל–סעקיוריטי בענעפיט, האלט איצט ביי 1,258 דאָלער א חודש.

טראָצדעם וואָס אין 75 ' האָט קאָנגרעס דורכגעפירט אויטאָמאַטישע יערליכע העכערונגען, און ווען עס איז נישטא קיין אינפלאַציע העכערט מען נישט קיין בענעפיטן, האָט אבער דער געוועזענער פּרעזידענט אָבאַמאַ איבערצייגט קאָנגרעס צו באשטעטיגן איינמאל צו באצאלן 250 דאָלער פאר די סאָשעל–סעקיוריטי געגיסער אין 2009 אלס טייל פון זיין עקאָנאָמישע רעטונג–פּעקל ארויסצושלעפּן אמעריקע פון די רעסעסיע.

איבער די פארגאנגענע 8 יאר איז די דורכשניטליכע יערליכע העכערונג געווען אַביסל מער פון 1 פּראָצענט. אין די פריערדיגע צען יאר איז עס אין דורכשניט געווען 3 פּראָצענט. רוב רעטייערטע אמעריקאנער קוקן ארויס אויף זייער סאָשעל–סעקיוריטי בענעפיטן אז דאס זאל צושטעלן א באדייטנדער טייל פון זייער איינקונפט, כאטש עס קען נישט דעקן זייערע אקטועלע לעבנס קאסטן.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל