דער 29 יערגיער טעראריסט סייפולא סייפאוו איז היינט ערשינען אין געריכט אויף א רעדער-שטוהל, ווי ער איז פארמאל אנגעקלאגט געווארן אויף 12 פארברעכנס. און אויספארשער פרובירן צו דערגיין אויב ער האט געהאט סיי וועלכע פארבינדונגען צו ראדיקאלע גרופעס אדער טעראר ארגאניזאציעס, און דערווייל זאגן די ניו יארקער אויטאריטעטן אז ווי עס שיינט האט ער געארבייט אויף די אייגענע האנט, און ער איז ראדיקאליזירט געווארן פון פראפאגאנדע מאטריאל אויף די אינטערנעט. ער וועט אבער ווערן אנגעקלאגט אין טעראר קלאגעס צוליב דעם וואס ער האט געגעבן קרעדיט פאר די אטאקע פאר אייסיס.

אין די אנקלאגע שרייבט דער פראקוראר אז ער טוט זיך שוין גרייטן א יאר אויף די אטאקע, און האט אין די לעצטע יאר זיך מושטירט און געפלאנט, און ער האט אויסגעקליבן דעם דאטום וויבאלד אין דעם טאג פייערן אמעריקאנער א חגא און דעריבער זענען די גאסן מער געדעכט. איינער פון די שכנים פונעם טעראריסט זאגט אז אין די לעצטע וואכן האט ער זיך געאיבט מיט׳ן טראק, דער שכן זאגט אז עס האט אויפגערופן פארדאכט וויבאלד ער האט געהאט א פיקאפ טרעקל, אבער האט גארנישט געהאלטן דערין.

די שכנים זאגן אויך אז ער איז געווען א גאר פרידליכער מענטש, און ער האט געהאלפן זיינע שכנים ווען עס האט זיך געברויכט, אלע זיינע פריינט און באקאנטע מיט ווען די פרעסע איז געקומען אין בארירונג האבן אויסגעדריקט שאק און אומגלויבן אז אזא שטילער און איידערלער מענטש האט געקענט דורכפירן אזא מאנסטערישע אקט. אנדערע האבן אים יא באצייכנט אלס דעפרעסירט און עטוואס צורודערט

בילד: ניו יארקער טעראריסט פארמאל אנגעקלאגט אין געריכט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל