פרעזידענט טראמפ האט זינט די אטאקע נישט אויפגעהערט ארויסשיקן זיינע טוויטס, אנגעהויבן מיט׳ן רופן פאר שטרענגערע זיכערהייטס מאנסאמען ביים אריינקומען אין אמעריקע, און דאן מיט זיינע באזיסלאזע אטאקעס קעגן טשאק שומער פאר׳ן אנגעבליך איינפירן דעם פראגראם וואס האט ערלויבט דעם טעראריסט צו אריינקומען קיין אמעריקע, און ער האט אויך פארגעשלאגן צו אפשיקן דעם טעראריסט צום מיליטערישן טורמע אין גואטאנאמע בעי.

אבער מיט עטליכע שטונדען שפעטער האט דער פרעזידענט צוריקגעצויגן און האט גערופן פאר א פעדעראלע טויט שטראף, ער האט אויך אנגערופן דעם אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם א ״געלעכטער״ וויבאלד די פראצעס וועט זיך ציען לאנגע מאנאטן און ער וועט אפקומען בלויז מיט טורמע. ער האט ערקלערט אז ער וויל אים נישט שיקן קיין גוואטאנאמע ווייל ער וויל ער זאל ווערן פאראורטיילט אין די פלאץ ווי ער האט דורכגעפירט זיין אטאקע.

עס איז א גאר זעלטענע זאך צו ארויפלייגן א פעדעראלע טויט שטראף אין ציווילע געריכט, אבער פראקורארן האבן שוין אויפגעברענגט א זארג אז דער פרעזידענטס שטורמישע טוויטס קענען שאדן מאכן פאר דעם פראצעדור, און דער טעראריסטס אדוואקאטן קענען זאגן אז די דשורי איז גענויגט צו טויט שטראף צוליב דעם פרעזידענט׳ס רעטאריק.

בילד: פרעזידענט טראמפ רופט פאר פעדעראלע טויט שטראף קעגן דעם טעראריסט


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל