עזה פאס – די צוויי קעגנערישע פאלעסטינער פראקציעס, פאטאח און כאמאס, האבן נעכטן אינאיינעם באשלאסן אפצושיבן דעם ענדגילטיגן טראנספער פון מאכט און קאנטראל אויף עזה מיט צען טעג, און ערשט אום דעצעמבער 10, דאס הייסט מיט איינס און א האלב וואכן ארום, וועט עזה אריבערגיין פון כאמאס' קאנטראל צו פאטאח, וועלכע ווערט געשטיצט דורך דער מערב וועלט. דער דיעל איבערצוגעבן עזה פאר פאטאח, איז געשלאסן געווארן אין אקטאבער, מיט דער הילף פון דער עגיפטישער רעגירונג, אבער ביים ארבעטן אויף די לעצטע דעטאלן פונעם מאכט-איבערגאנג, האט מען זיך אנגעשטויסן אין פארשידענע שוועריגקייטן, און דעריבער האט מען עס אפגעשטופט מיט צען טעג. עגיפטן זאגט אז זי וועט ארבעטן אויסצוגלייכן די פארבליבענע דיפערענצן, און אויף דעצעמבער 10 וועט עזה אפיציעל ווערן אונטער פאטאח'ס קאנטראל, וואס וועט באדייטן א היסטאריש נייער קאפיטל פאר'ן עזה פאס.

בילד: פאטאח קאנטראל אין עזה אפגעשיבט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל