האלאנד – א דראמאטישע זאך האט זיך אפגעשפילט אינעם זאל פון די יו-ען "מלחמה קרימינאליטעטן" געריכט אים האג אין האלאנד, וואו א געוועזענער מיליטערישער קאמאנדיר פון באסניע איז באגאנגען זעלבסטמארד ל"ע. די רעדע איז פון סלאבאדען פראליאק, וועלכער איז געווען א קאמאנדיר אינערהאלב די "באסניע-קראאטיע" קרעפטן אין די 990'ער יאר – וואס דאן האט געבושעוועט א קריג אין יוגאסלאוויע, צווישן קראאטיער קרעפטן וועלכע האבן געוואלט אז קראאטיע זאל ווערן זעלבסטשטענדיג, און אנדערע וועלכע האבן געוואלט אז סערביע זאל באקומען טיילן פון יוגאסלאוויע. קעמפער פון ביידע זייטן זענען באגאנגען ערנסטע ברוטאליטעטן קעגן עטנישע באסניער מוסולמענער, און דעריבער האט די יו-ען אוועקגעשטעלט דעם ספעציעלן געריכט מיט 24 יאר צוריק, צו פראצעסירן אלע שולדיגע, און פראליאק איז געווען צווישן זיי. ער האט באקומען א 20 יעריגן טורמע אורטייל, און מיטוואך האט ער עס פרובירט צו אפעלירן. ווען דאס געריכט האט ארויסגעווארפן זיין אפיעל, האט ער פארנט פון יעדן געטרונקען פון א קליין גלעזל, זיך אנרופנדיג אינעם מיקראפאן, "איך האב יעצט געטרונקען סם". ער איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, וואו ער איז געשטארבן א קורצע צייט שפעטער.

📺 זעה ווידיא

בילד: זעלבסטמארד אין יו-ען געריכט זאל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל