א גאר דראמאטישע און טעאטראלע מאמענט האט זיך אפגעשפילט אויף די בינע פון די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט אין האג, ווען א גענעראל וואס איז געזיצן אויפ׳ן באשולדיגונגס באנק האט געטרונקען א פלעשל גיפט פארנט פון די ערשטוינטע ריכטער און פארזאמלטע נאכדעם וואס די געריכט האט אפגעווארפן זיין פארלאנג צו אפעלירן דעם אורטייל וואס באשולדיגט אים אין קריגס פארברעכנס.

דער 72 יעריגער קראאטיער גענעראל סלאבאדאן פראליאק (Slobodan Praljak) ווערט באשולדיגט אין קאמאנדירן איבער ברוטאלע אקציעס פון זיין מיליטער אין די בלוטיג קריג אין באסניע אין די אנהייב 90ער יארן קעגן די מוסלעמענער מינאריטעטן, ער איז פאראורטיילט געווארן צו 20 יאר טורמע, און האט אפעלירט זיין אורטייל, היינט האט דער ריכטער געמאלדן זיין באשלוס צו אפווארפן דעם אפעלאט פארלאנג, און אלס רעאקציע האט דער גענעראל געטרינקען א פלעשל גיפט און געזאגט פאר׳ן ריכטער ״איך בין נישט קיין קריגס פארברעכער, און איך האב יעצט געטרונקען גיפט״.

ער איז באלד אפגעפירט געווארן אין שפיטאל ווי ער איז אומגעקומען נאך עטליכע שטונדען, און אצינד פארשט די האלענדישע פאליציי אויס די אינצידענט און וויאזוי ער האט געקענט לייגן א האנט אויף די גיפט און עס אריינשווערצן אינעם געריכט זאל. דער קראאטיער פרעמיער מיניסטער האט באוויינט דעם גענעראל און געזאגט אז ער האט מיט זיין זעלבסמארד פראטעסטירט די אומגערעכטיגקייט וואס די אינטערנאציאנאלע געריכט טוט באגיין קעגן דעם קראאטיער פאלק.

בילד: גענעראל באגייט זעלבסמארד פארנט פון ריכטער


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל