פון עדאלט עי.די.עדזש.עי.

וואס איז ADD אין ADHD?

ADHD איז צויי זאכען צוזאמען, איינס אז מען קען נישט פאוקעסן (Attention Deficit), און צויי אז מען קען נישט איינזיצען (Hyper), דאס מיינט נישט זיך שלאגען מיט אנדערע, עס מיינט נישט חוצפה, עס מיינט נישט איבערדרייען די שטוב און עס מאכן פאר א גהינם; עס מיינט אויך נישט זיך האלטן אין איין ארומרוקען (fidgeting) אדער זיך כסדר שפילען מיט עפעס, (ADD טוט אויך fidgeting), עס מיינט אז מען האט נישט קיין זיץ פלייש, זיצען צויי שעה אויף איין פלאץ שפירט זיך ווי אין תפיסה. אין 1968 האט מען הערשט אפיצעיל אנערקענט ADHD אלס א מעדיקעל זאך.

ADD: בערך אין 1980 איז מען אויפגעקומען אז די צויי מוזן נישט גיין צוזאמען. מען קען זיין זייער ראיג אין שטיל, און זיין ADD. אין 1987 האט מען עס אפיציעל אנגענומען און געטוישט די נאמען פין ADHD צי ADD. ביז דעמאלס איז כמעט נישט געווען מיידליך אדער ערוואקסענע דייאגנאזד מיט ADHD, ווייל די צוויי מחנות זענען מער ווייניגער ראיג אין שטיל.

פארוואס איז וויכטיג אז ס'איז אפיציעל אנגענומען? ווייל די אינשורענס האט דאס געפייט ווייל עס קאסט זיי אסאך געלט; די מעדיקעשאן איז נישט ביליג. אז זיי האבן פארלוירן די פייט, איז וויל דאס איז שטודירט געווארן אין אויפגעוויזן געווארן

מיין לעבן מיט ADD

איך בין געווען א ראיג און שטיל קינד, איך בין געווען פאררעכנט פון די צוויי אדער דריי בעסטע אין קלאס. א יעדע פארהער האב איך געקענט, אסאך רביס פלעגן מיך געבן שוואכע קינדער צי חזר'ן, ווייל איך האב שוין געקענט גראד נאכ'ן פארלערנען. איך פלעג זיך אויפוועקן פין חלום יעדען טאג נאכ'ן פארלערנען. אין כתה ד', האב איך שוין מער וויניגער געקענט אליין לערנען די גמרה פין די וואך

אבער מיין בלוט פלעגט זיך גיסן ווי וואסער, אפאר דוגמאות:

ס'איז ראש חודש, מען האלט שוין ביי הלל און מיין רבי באמערקט אז איך חלום און מיין סידור איז נאך ביי אשרי, און די גאנצע כתה האלט מיט.

איך שטיי אויף א בענקל מיטן גמרא אין די האנט ווייל איך האב גע'חלום'ט, אפילו שוין שטייענדיג לעבן רבי'ס פלאץ, און מיין חבר'ס טאטע אדער א מלמד אדער א אינגל פין א אנדערע קלאס קומט אריין. ס'איז נישט איין מעשה; ס'איז געווען אסאך מאל.

איך טוה אויס מיין רעגן-מאנטל אין חדר, און איך האב אן א שלאף-יארמולקע.

איך פארגעס צו ברענגען מיין חומש. ס'איז שוין פיר טעג שפעט, און מען שיקט מיך אראפ צויי כתה, ווייל דארט לערענט מען נישט חומש. 

א גאנצע בוך קען איך שרייבן פון וואס איך האב מיטגעמאכט. איך ווייס אז פאר אן ערוואקסענע איז שווער צו פארשטיין די צער, אבער איך האב אסאך מאל געטראכט טוב מותי מחיי, און דאס איז שוין א פיין אינגעל, א מציון.

איין קליינע פיל א טאג, וואלט דאס געקענט ראטעווען. אבער, איך בין געבורן אפאר יאר צו פריה..

די פראבלעים מיט ADD אין היימישן ציבור 

רוב עולם ווען מען הערט ADHD, מיינט מען אז דאס מיינט א קראנקן זכר אזויווי. די סבה איז זייער פשוט, ווייל קיינער קען נישט א נארמאל קינד מיט ADHD וויבאלד חוץ די טאטע, מאמע, רבי, מנהל און דאקטאר, ווייסט קיינער נישט דערפון. אויך איז די אידישע גאס אייביג שפעטער אין די זאכן, ווי די אלגעמיינע וועלט.

טאמער ADHD מיינט נישט שלעכט אין צודרייט, פארוואס זעהט מען אזעליכע און זיי זענען ADD? ווייל אז מען נעמט א קינד און מען פייניגט אים טאג נאך טאג, יאהר נאך יאהר, קען דאס געשען. עס ווערט אנגערופען Undiagnosed ADD, אבער אסאך מער קינדער ווערען שטיל אין צוריקגעצויגן ווי ווילד און שלעכט.

בילד: ADD און ADHD

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל