מעקסיקא סיטי – בערך 25 מיליאן מעקסיקאנער ארבעטער גייען באקומען א געהאלט-העכערונג, ווען זייער פארדינסט גייט ארויפגיין פון 4.25 דאלאר צו 4.70 דאלאר, א טאג. די מעקסיקאנער רעגירונג און ביזנעס פירער האבן זיך פאראייניגט צו העכערן דעם מינימום וועידזש, אנגעפאנגען דעצעמבער דעם 1’טן צו 88.36 פעסאס פון 80.04 פעסאס פריער. די 10 פראצענט העכערונג איז גוטע נייעס פאר 24.7 מיליאן מעקסיקאנער וואס פארמאגן איינס אדער צוויי מינימום-וועידזש דזשאבס, אבער עס ברענגט פריש ארויף אויפ'ן אויבערפלאך דעם פראבלעם אויף וועלכע פילע אמעריקאנער ארבעטער רעדן זיך שטארק אפ, אז די ביליגע ארבעט אין מעקסיקא ציט אהין אמעריקאנער פירמעס און נעמט אוועק א סאך דזשאבס פון דעם לאנד. אין אמעריקע פאנגט זיך אן די מינימום וועידזש ביי 7.25 דאלאר א שעה, אדער 58 דאלאר פאר אן 8 שטונדיגע ארבעטס-טאג, 12 מאל העכער ווי די מעקסיקאנער מינימום וועידזש. דאס איז די מינימום פעדעראלע וועידזש און אין געוויסע שטאַטן איז עס נאך העכער.
הוסף רשומת תגובה