פלארידע. – צום וויפילטן מאל, האט מען נעכטן געזען א באריכט אז פילע לאטיין-אמעריקע אינוועסטירער כאפן זיך ארויף אויפ'ן מיאמי ריעל עסטעיט מארקעט. האלטנדיג אז יעצט, ווען די פרייזן זענען נאך אלץ רעלאטיוו-נידריג, איז די פאסיגסטע צייט צו אינוועסטירן אינעם מיאמי ריעל עסטעיט מארקעט. מיאמי איז געווארן איינע פון די הויפט ביישפילן פונעם ריעל עסטעיט קראך מיט 10 יאר צוריק, ווען זי איז פארבליבן מיט פילע לוקסוס קאנדאמיניום אפארטמענטס טורעמעס, וועלכע זענען יארן געשטאנען ליידיג און האבן געפוסטעוועט. איין ביישפיל פון א לאטיין-אמעריקאנער אינוועסטמענט אין פלארידע, איז א דעוועלאפער פון ארגענטינע, וועלכער האט אפגעקויפט א שטח אין דאונטאון מיאמי פאר 1.4 מיליאן דאלאר, און האט ארויפגעצויגן א געביידע פון 17 שטאק מיט 98 קאנדאמיניומס. מענטשן האבן אים אויסגעלאכט, אבער למעשה האט ער פארקויפט די 98 קאנדאמיניומס אין בלויז פינף מאנאטן. די קאנדאמיניומס זענען אפגעקויפט געווארן דורך לאטיין אמעריקע אינוועסטירער, וועלכע זוכן וואו צו "פארקירן" זייער געלט און אינצווישן אויך פארדינען רענטאל איינקונפט.

בילד: לאטיין אמעריקע, מיאמי און ריעל עסטעיט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל