אכמעד שאפיק (Ahmed Shafiq), דער עגיפטישער פרעמיער מיניסטער אונטער חוסני מובארק האט געמאלדן אז ער וועט זיך אומקערן קיין עגיפטן און לויפן פאר די פרעזידענטשאפט, ער האט זיך שוין פארמאסטן אין 2012 קעגן דעם קאנדידאט פון די מוסלעמענער ברודערשאפט מוחמאד מורסי און פארלוירן מיט א קליינע אונטערשייד, און איז דאן אנטלאפן צו די אראבישע עמיראטן נאכדעם וואס ער האט געזאגט אז זיין לעבן איז אין געפאר. אצינד וועט ער זיך ווי עס שיינט פארמעסטן קעגן דעם יעצטיגן פרעזידענט אבדול פאטאח על-סיסי וועלכער געניסט פון שטארקע שטיצע אין עגיפטן. אבער אל-סיסי האט נאכנישט אפיציעל געמאלדן אויב ער וועט לויפן, ער האט געזאגט אז ער ווארט ״צו הערן פונעם פאלק״ אויב זיי ווילן ער זאל לויפן, די פאקט אז שאפיק איז פאפולער און וועט לויפן צייגט אז מובאראק און זיין פראקציע געניסן נאך פון שטארקע שטיצע אין עגיפטן טראץ די רעוואלוציע און אירע נאכפאלגן.

בילד: אכמעד שאפיק  דערקלערט קאנדידאטשאפט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל