דער געוועזענער סעקערטערי אף סטעיט דזשאן קערי האט - אין א רעדע וואס ער האט געהאלטן אין וואשינגטאן - אויפגעדעקט אז מדינת ישראל אינאיינעם מיט עגיפטן און סאודי אראביע האבן געלייגט שטארקע דרוק אויף די אבאמא אדמיניסטראציע אז זיי זאלן נוצן מיליטערישע מאכט און באבמאדירן די נוקלעארע אינפרוסטרוקטור אין איראן, ער האט פארטיידיגט די שטעלונג פון די אבאמא אדמיניסטראציע זיך נישט צו בייגן צו די דרוק נאר פרובירן צו לעזן דעם פראבלעם מיט דיפלאמאטישע מיטלן ״די מיטל מזרח איז פיל מער זיכער היינט ווי עס וואלט געווען ווען מיר וואלטן גענוצט מיליטערישע מאכט״ ער האט אויך אונטערגעשטראכן אז פאר׳ן אונטערשרייבן דעם אפמאך איז איראן געשטאנען עטליכע מאנאטן אוועק פון פארמאגן נוקלעארע מאכט און היינט שטייען זיי איבער א יאר אונטערשטעליג און אויב זיי הייבן אן מאכן פארשריט וועט די וועלט באלד וויסן דערפון א דאנק די שטרענגע אויפזיכט.

בילד: מדינת ישראל און און אראבישע לענדער האבן געלייגט דרוק צו באמבאדירן איראן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל