אין נאך א צייכן אז די פיליפינער רעגירונג׳ס און פרעזידענט דוערעטע׳ס פאליסיס זענען צו זיך האלטן גוט מיט כינע און זיך דערווייטערן פון אמעריקע, האט היינט דער פיליפינער פארטיידיגונגס מיניסטער געמאלדן אז די פיליפינער רעגירונג וועט נאכגעבן די פארלאנגען פון כינע אינעם דרום כינעזער ים, א ראיאן וועלכע איז די קוואל פון ענדלאזע קאנפליקטן צווישן כינע און אירע שכנים, אריינגערעכנט די פיליפינער.

די דרום כינעזער אים אדער ״סאוט טשיינע סי״ איז א וואסער וועלכע זיצט אויף א סטראטעגיש וויכטיגע געאגראפישע פאזיציע, און כינע זוכט צו גענצליך קאנטראלירן אירע וואסערן און די פילע אינזלן וועלכע געפונען זיך אינעם ים. אבער אויך די פיליפינער, די וויעטנאמענזער, טאיוואן און סינגאפור טוען אלע האלטן אז געוויסע אינזלן און טיילן פונעם ים געהערט צו זיי.

כינע איז אין די לעצטע יארן געווארן מער אגרעסיוו אינעם ים, און האט אנגעהויבן בויען דארט א מיליטערישע באזע אויף א מענטשליך געמאכטע אינזל, א שריט וועלכע איז פראטעסטירט געווארן דורך אמעריקע. לעצטנס האט די פיליפינער מיליטער אנגעהויבן בויען א אינזל צו העלפן אירע פישער לייט, די פראיעקט איז אויסגעשטאנען קעגנערשאפט פון בעידשינג און אמעריקע האט געשטיצט די פיליפינען, אבער היינט האט די פילפינער רעגירונג אין א איבעראשנדע שריט געמאלדן אז זיי נעמען אן די פאזיציע פון כינע און וועט אפשטעלן דעם פראיעקט.

בילד: פיליפינער רעגירונג געט נאך פאר כינע אין קאנפליקט איבער כינעזער ים

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל