נאך א יאר וואס די מוט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי איז געווען גאר אראפגעקלאפט צוליב איין פארלוסט נאך די אנדערע האט די פארטיי נעכטן באקומען א פרישע מאמענטום וואס זי האט אזוי קריטיש געדארפט מיט א רייע פון געווינסן אין לאקאלע וואלן איבער עטליכע שטעט אין אמעריקע. אנגעהויבן פון די צוויי שטארק נאכגעפאלגטע גאווערנער פארמעסטן אין ניו דשערזי און ווירדשיניע, און נאך צענדליגע לאקאלע פאזיציעס וועלכע זענען איבערגענומען געווארן דורך דעמאקראטן.

אין ווירדשיניע האט דער דעמאקראטישער גאווערנער קאנדידאט ראלף נארדהעם שטארק באזיגט דעם פרא-טראמפ קאנדידאט עד דשיליפסי וועלכער האט געפירט א טראמפ סטיל קאמפיין און האט ביטער פארלוירן. ראלף נארדעהם האט נעכטן אנגעצויגן די מערסטע שטימען וואס סיי וועלכער גאווערנער קאנדידאט האט אנגצויגן אין די היסטאריע פון ווירדשיניע. און האט אנגעצויגן 54% פון די שטימען קעגן 45% פאר דשיליפסי.

אין די עקזיט פאול אין ווירדשיניע האבן וויילער געזאגט וואס האט זיי באוואויגן צו ארויסקומען שטימען, און דאס מערסטע זענען ארויסגעקומען צוליב מעדיקעיד און העלט קעיר, און דאן איז אריינגעקומען גאן קאנטראל, און איבער ביידע אישוס האבן דעמאקראטן אויסגענומען א באדייטנדע מערהייט פון די וויילער. די רעזולטאטן אין ווירדשיניע ווערט געזען ווי רעפערענדום איבער פרעזידענט טראמפ אין א וואקלדיגע סטעיט וואס די רעפובליקאנער האבן פילע מאל געווינען, פילע רעפובליקאנער אנאליסטן און פאליטיקאנטן אריינגערעכנט דער געוועזענער סענאטאר ריק סאנטארום האבן געזאגט אז טראמפ טוט שוין היינט זיין א לאסט פאר רעפובליקאנער קאנדידאטן צוליב זיין אומפאפולאריטעט. דער פרעזידענט זעלבסט האט אין א טוויט פון כינע געזאגט אז דשיליפסי האט פארלוירן ווייל ער האט נישט ״גענוג״ אדאפטירט דעם טראמפ דאקטארין.

דעמאקראטן האבן אויך שטארק געווינען אין אנדערע סטעיטס, אין ניו דשערזי האט דער דעמאקראט פיל מוירפי אנגעצויגן איבער 13% העכער פון זיין רעפובליקאנע קעגנער, די דעמאקראטן האבן איבערגענומען סטעיט לעגיסלאטור אין וואשינגטאן סטעיט, אין מעין - א רויטע סטעיט - האבן די וויילער באשטעטיגט צו אויסברייטערן אבאמא קעיר. און נאך צענדליגע געווינסן אין לאקאלע פארמעסטן.

אנאליסטן זאגט אז אויב די נעכטיגע רעזולטאטן זענען א צייכן פון די פאליטישע קלימאטן אין אמעריקע, דאן קענען די דעמאקראטן זיך גרייטן אויף מעכטיגע געווינסן איבער א יאר ווען עס וועלן פארקומען די מיד-טוירם וואלן, אבער פארשטייט זיך אז עס איז נאך צו פרי צו פייערן געווינס און עס ווענדט זיך אויב פרעזידענט טראמפ וועט נאך א יאר אין אמט אפשר קענען אנהייבן צייגן רעזולטאטן און אנציען בעסערע צופרידנהייט ראטעס.

בילד: שטארקע זיגן פאר דעמאקראטן אין די לאקאלע וואלן איבער אמעריקע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל