וואשינגטאן – די פעדעראלע פאסט אפיס האט נעכטן באריכטעט א פרישער פינאנציעלער פארלוסט, וואס איז שוין דאס עלפטע יאר אין א צי וואס די אגענטור פארלירט געלט. אין א סטעיטמענט, האט דער פאסט אפיס פירער, מעיגען ברענען, געזאגט אז די סיבה פארוואס די אגענטור פארלירט ווייטער געלט, איז צוליב וואס פיל ווייניגער מענטשן באנוצן זיך מיט'ן פאסט–סיסטעם צו שיקן פעקלעך אדער בריוון, און אויך ווייל עס קאסט פאר דער אגענטור פיל מער געלט צו באצאלן די פענסיע און העלט-קעיר בענעפיטן פאר אירע ארבעטער. ברענען האט באריכטעט אז אלעס אינאיינעם האט די אגענטור פארלוירן 2.7 ביליאן דאלאר אין די לעצטע צוועלף מאנאטן, וואס איז פארט בעסער ווי די 5.6 ביליאן דאלאר וואס זי האט פארלוירן א יאר בעפאר. אלעס אינאיינעם איז אריינגעקומען פאר דער אגענטור 69.6 ביליאן דאלאר, וואס איז ווייניגער ווי די 71.5 ביליאן דאלאר וואס איז אריינגעקומען א יאר בעפאר. ברענען האט אין א סטעיטמענט זיך געבעטן צו קאנגרעס אז מען זאל געבן פאר די פאסט אפיס אגענטור מער פרייהייט צו הייבן סטעמפ פרייזן און אנדערע וויכטיגע שריט, וואס וועט האפנטליך אפשטעלן די שווערע פארלוסטן.

בילד: פאסט אפיס פארלירט ווייטער געלט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל