ניו יארק – אן אינטערעסאנטע פעטיציע איז אונטערגענומען געווארן דורך פארשידענע אקטיוויסטן, מיט'ן ציל אראפצונעמען דעם נאמען פון מאריא קאומא פון דער נייער טאפאן-זי בריק, און דערווייל האט די פעטיציע שוין באקומען נאענט צו 50 טויזנט אונטערשריפטן. די פעטיציע פארלאנגט אז די נייע בריק זאל פארבלייבן מיט איר אלטן נאמען, ווי איידער צו באעהרן דעם איצטיגן גאווערנאר'ס פארשטארבענער פאטער, וועלכער האט געדינט דריי טערמינען אלס גאווערנאר פון ניו יארק. די פעטיציע לויטעט ווייטער, אז דער נאמען טאפאן-זי האט נישט קיין פאליטיק פארבינדן דערמיט, און ווי אויך קלינגט זיך בעסער צו זאגן, איך נעם די "טאפאן-זי" ווי איידער איך נעם די "קאומא". באזונדער ווערט אנגעצייגט אז דער "טאפאן-זי" נאמען איז געצילט צו באעהרן די "טאפאן אינדיאנער", די אריגינעלע באזיצער פון אמעריקע.

בילד: די טאפאן-זי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל