היסטארישער מיליטערישער אפמאך אין אייראפע [ווידיא]
בעלגיע – 21 לענדער, וועלכע זענען מיטגלידער אינעם אייראפעאישן יוניאן, האבן נעכטן אונטערגעשריבן א דאקומענט, זיך פארפליכטנדיג צו גרינדן "פּעסקא", וועלכע וועט זיין א נייע מאסיווע מיליטערישע קאאפעראציע אפמאך צווישן די אלע לענדער. דער געדאנק פון אזא סארט אפמאך, איז שוין אויפגעברענגט געווארן אין די 950'ער יארן באלד נאך דער ענדע פונעם צווייטן וועלט קריג, מיט'ן ציל צו העלפן קלענערע און מער ארעמע אייראפעאישע לענדער אויפצובויען זייערע מיליטערישע קוואליפיקאציעס דורך געמיינזאמע טרענירונגען און וואפנס-אנטוויקלונג קאאפעראציע, אבער ס'איז נאכאנאנד געווארן אפגעשטופט, הויפטזעכטליך ווייל די רייכע געבילדעטע ענגלאנד האט געטאן פארשידענע שריט צו סאבאטאזשירן דעם אפמאך, האלטנדיג אז פאר ענגלאנד וועט עס נישט ברענגען קיין בענעפיט, נאר דאס פארקערטע. אצינד אז ענגלאנד שליסט זיך אויס פונעם אייראפעאישן יוניאן, דורכ'ן ברעקזיט, האבן דייטשלאנד און פראנקרייך באוויזן צו זעצן צום טיש אלע אייראפעאישע לענדער, אויסער 5, און אונטערשרייבן א פארפליכטונג אז מ'וועט אויסארבעטן די נייע מיליטערישע קערפערשאפט. די לענדער האבן געזאגט, אז אויב וויל זיך נאך מיטכאפן ענגלאנד, אדער איינער פון די אנדערע אויסגעשלאסענע לענדער, וועט געגעבן ווערן א געלעגנהייט.

בילד: היסטארישער מיליטערישער אפמאך אין אייראפע


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל