דייטשלאנד – ארום דרייסיג אידישע פאמיליעס פון אלע עקן וועלט זענען זיך צוזאמגעקומען צום סאמע ערשטן מאל, צו באעהרן א קרובה וועלכע איז אומגעקומען ביים צווייטן וועלט קריג. דאס מיידל קאַראָלינע קאָהן הי"ד איז געבוירן אין פראנקפורט, דייטשלאנד, און איז ביים צווייטן וועלט קריג דעפארטירט געווארן צום סאביבאר טויט לאגער, וואו זי איז אומגעקומען על קידוש ה'.
מיט א יאר צוריק, האבן היסטאריקער, וועלכע האבן געגראבן אין סאביבאר, געפונען א באגראבן קייטל מיט די ווערטער "מזל טוב", און אויף זיך א דאטום פון יאר 929' און די ווערטער "פראנקפורט", האבן זיי זיך גענומען פארשן ווער ס'איז געבוירן אין דעם דאטום אין פראנקפורט און איז אומגעקומען אין סאביבאר, ביז ס'איז זיי געלונגען צו אידענטיפיצירן דאס מיידל קעראליינע קאהן הי"ד, דערנאך האבן די היסטאריקער באוויזן צוזאמצושטעלן א פונקטליכע ליסטע פון אלע עקזיסטירנדע אידישע פאמיליעס וועלכע זענען א קאזין מיט'ן מיידל, און די אלע פאמיליעס זענען זיך אצינד צוזאמגעקומען אין פראנקפורט, אוועקשטעלנדיג א ספעציעלן געדענקמאל שטיין פארנט פונעם הויז וואו דאס מיידל איז אויפגעוואקסן.

הוסף רשומת תגובה