קוועלער אין די האומלענד סעקיוריטי דעפארטמענט האבן איבערגעגעבן פאר די פרעסע אז דעם מאנטאג האט דער ווייסער הויז שטאב הויפט זיך פארבינדען צום האומלענד סעקיוריטי סעקעטערי און איר שטרענג אויפגעפאדערט צו פארטרייבן צענדליגע טויזנטער בירגער פון האנדורעס וועלכע האבן געהאט א ספעציעלע ערלויבעניש צו פארבלייבן צייטווייליג אין אמעריקע זינט 1998 ווען א שרעקליכע שטורעם האט באטראפן דאס לאנד און געברענגט צו א פלייץ פון פליטים.

עס געפונען זיך אין אמעריקע ארום 57,000 בירגער פון האָנדוראַס און נאך ארום 2,500 פון ניקאראגווא אונטער דעם ספעציעלן געזעץ וואס רופט זיך טי-פי-עס וואס איז א ספעציעלע פראגראם וואס ערלויבט אין אויסנאם פעלער צו ארייננעמען א גרעסערע צאל פליטים, און אצינד געפונען זיך אין אמעריקע ארום א פערטל מיליאן פליטים אונטער דעם סטאטוס.

דעם מאנטאג איז אפגעלאפן די פראגראם וואס איז געשאנקן געווארן פאר די איינוואוינער פון ניקאראגווע און האנדורעס, און די אמטירנדע האומלענד סעקיוריטי סעקערטארין אילעין דיוק (Elaine Duke) האט זיך געגרייט צו צייטווייליג באנייען זייער ערלויבעניש וויבאלד עס פעלט זיך אויס א גרונטליכע שטודיע אויב זיי האבן זיך קלימאטיזירט אין די אמעריקאנער ארבייטס מארקעט, און אויב זיי האבן ווי צו צוריקגיין אין זייערע היימלענדער.

אבער דער ווייסע הויז שטאב הויפט דשאן קעלי האט געדרוקט אויף איר אז זי זאל זאפארט ענדיגן דעם פראגראם און זיך גרייטן פאר די דעפארטאציע פון די צענדליגע טויזנטער פליטים, קוועלער אין די דעפארטמענט זאגן אז קעלי איז געווען גאר אגרעסיוו און אומגעדולדיג זאגנדיג אז ״מיר מוזן ווייזן פארשריט איבער אימיגראציע״ און אנגעדייט אז עס לוינט זיך פאליטיש פאר׳ן ווייסן הויז, און לויט די זעלבע באריכטן האט דער סעקערטערי שארף אפגעווארפן די פארלאנגען, און געסטראשעט צו רעזיגנירן אויב זי קען נישט אויספירן אירע פליכטן פראפעסיאנעל און ריין פון פאליטישע דרוק.

די אפיציעלע ווארטזאגער פאר די סעקערטערי האט געלייקנט די באריכטן און געזאגט אז די סעקערטערי האט פארלענגערט די ערלויבעניש פאר נאך 6 מאנאטן פאר די בירגער פון האנדורעס, און דאן וועט מען זעהן אויב זיי קענען בלייבן לענגער, און פאר די בירגער פון ניקאראגווע איז די פראגראם געענדיגט און זיי האבן צוויי יאר צו פארלאזן אמעריקע.

בילד: ווייסע הויז שטאב הויפט געלייגט דרוק אויף האומלענד סעקיוריטי צו פארטרייבן טויזנטער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל