סענאט רעפובליקאנער האבן היינט פארגעלייגט א טויש צום שטייער רעפארם ביל וואס ליגט יעצט אויפ׳ן טיש און זוכן צו פארשפעטיגן די צייט ווען די קארפערעיט שטייער שניט גייט אריין אין עפעקט מיט נאך א יאר ביז 2019, אין א פרואוו צו פארגרינגערן די מאסיווע דעפעציט וואס די שטייער שניט וועט ברענגען פאר די פעדעראלע בודשעט, די ארגינעלע פלאן טוט נידערן אלע קארפערעיט שטייערן פון 35% צו א מאקסימום פון 20% און דאס פארלענגערן פאר א יאר וועט אריינברענגען צו די פעדעראלע קאסע ארום 100 ביליאן דאלער אין שטייערן.
אבער מאנכע רעפובליקאנער, און ספעציעל דער פרעזידענט טוען זיך קעגנשטעלן צום פלאן, זאגנדיג אז דאס נידערן די שטייערן שוין דאס יאר וועט ברענגען א אויפוואכונג אינעם מארקעט וואס וועט ברענגען דערצו אז טראץ די נידריגע ראטע וועט - אין פאקט - אריינקומען מער שטייערן צוליב דעם וואס הונדערטער פירמעס וועלן צוריקברענגען זייערע הויפטקווארטירן קיין אמעריקע, און עס וועט אויך מוטיגן קארפעראציעס צו אינוועסטירן די איבעריגע געלט אין די עקאנאמיע וואס וועט דאן פראדוצירן נאך רייכטהום וואס קען באלאסטיגט ווערן מיט נאך שטייערן.
דערווייל קומען פאר פארהאנדלונגען איבער דעם, און ווי עס שיינט וועט מען טרעפן א פשרה, און מעגליך אז די פאקטישע שטייער שניט וועט אריינגיין אין עפעקט הערשט אין 2019, אבער פאר פירמעס וואס ברענגען צוריק זייערע קווארטירן וועט עס שוין אריינגיין אין עפעקט, און אזויך אויך פאר אינוועסטירונגען.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה