וואַשינגטאָן. — פריע סימנים ווייזן אָן אַז אַמעריקע וועט האָבן אַן ערנסטן פלו–סעזאָן, דעריבער זאָגן די עקספּערטן אַז עס איז ספּעציעל וויכטיג צו נעמען די פלו–וואַקסין איינשפּריץ.

זיי ווייזן אָן אַז אויסטראַליע האָט געהאַט איר ערגסטע פלו–סעזאָן, און וואָס עס פּאַסירט אין צפון טייל פון די וועלט קומט געווענליך אָן צום דרום טייל. דעריבער שטרייכן זיי אונטער, אַז די אינפאָרמאַציע זאָגט אונז אַז מיר וועלן זען אַן ערגער–פון–געווענליכע פלו–סעזאָן.

די היי–יעריגע וואַקסין קעמפט קעגן די "עיטש– 3–ען– 2" וויירוס–שטריך און די "בי" שטריכן פונעם פלו–וויירוס. עיטש– 3–ען– 2" וויירוסעס פאַראורזאַכן מער ערנסטע קראַנקהייטן ביי עלטערע און יונגע קינדער, און איז פאַרבונדן מיט אַ העכערע האָספּיטאַליזאַציע–ראַטע. דעריבער זאָגן די עקספּערטן, אַז דער בעסטער באַשיצונג בעזהשי"ת קעגן דעם איז די פלו–וואַקסין. זיי זאָגן אַז כאָטש דאָס נעמען די פלו–וואַקסין איז נישט קיין גאַראַנטיע קעגן באַקומען די פלו, וועט דאָס אָבער צוימען די ערנסטקייט און רעדוצירן די צייט פון די קראַנקהייט, און עס שטעלט אויך צו עטוואָס באַשיצונג קעגן אינפעקשאָנס אין שפּעטערע פלו–סעזאָנען.

זיי ווייזן אָן, אַז אפילו אין די יאָרן וואָס די פלו–וואַקסין איז נישט קיין גוטער צושטעל צו די וויירוס וואָס צירקולירט, ברענגט דאָס אויך אַ טיילווייזע באַשיצונג ווייל דער אימיון–סיסטעם פּראָדוצירט אַנטיבאַדיס וועלכע וועלן דערקענען און אָפּקעמפן די פלו–וויירוס ווען נייע שטריכן פון דעם וויירוס צעשפּרייטן זיך אומערוואַרטעט.

די "סענטער פאָר דיזיעז קאָנטראָל" (סי–די–סי) רעקאָמענדירט אַז יעדער אַמעריקאַנער, פון זעקס מאָנאַטן אַלט און עלטער — אַריינגערעכנט פרויען אין אַנדערע אומשטענדן — זאָלן באַקומען די פלו–וואַקסין.

די עקספּערטן זאָגן אַז עס איז ספּעציעל וויכטיג פאַר מענטשן וועלכע זענען אויף אַ הויכע ריזיקע פאַר פלו–פאַרבונדענע קאָמפּליקאַציעס. דאָס רעכנט אַריין פרויען אין אַנדערע אומשטענדן, קינדער יונגער פון פינף יאָר, ערוואַקסענע עלטער פון פינף און זעכציג יאָר און מענטשן מיט געוויסע קראַנקהייטן.

יעדעס יאָר, ווערט איבערגעמאַכט די פלו וואַקסין, באזירט אויף די בעסטע השערות פון די עקספּערטן וועלכע דריי אָדער פיר "סטרעינס" וועלן זיין דאָס גרעסטע פּראָבלעם. יענע באַשלוסן ווערן געווענליך געמאַכט אין פעברואַר, חדשים איידער עס הייבט זיך אָן דער פלו סעזאָן, כדי צו געבן גענוג צייט די פירמעס וואָס מאַכן פלו–וואַקסינען צו מאַכן גענוג דאָזעס.

אָפטע פלו סימפּטאָמען רעכנט אַריין פיבער, היסן, האַלדז ווייטאָג, מוסקל ווייטאָגן און שוואַכקייט. ברעכן און שלשול זעט מען אָפטער אין קינדער מיט די פלו ווי ביי ערוואַקסענע. אויסער די וואַקסינען, אַנדערע וועגן צו באַהאַנדלען און פאַרמיידן די פלו פון זיך צעשפּרייטן רעכנט אַריין פריע באַהאַנדלונג מיט אַנטי–וויירוס מעדיצינען ווי טעמיפלו" און "רעלענזאַ", און אָפט וואַשן די הענט און זיך צודעקן דאָס מויל ווען מ'היסט אָדער ניסט.

פריע באַהאַנדלונגען מיט אַנטי–וויירוס מעדיצינען איז ספּעציעל וויכטיג פאַר קינדער יונגער פון צוויי יאָר, און ערוואַקסענע פון פינף און זעכציג יאָר און עלטער. לויט דעם "סי–די–סי", ערהוילן זיך רוב מענטשן דערפון פון עטליכע טעג זייט ער האָט באַקומען די פלו ביז ווייניגער פון צוויי וואָכן. אָבער אַנדערע קענען ליידן לעבנס שעדליכע קאָמפּליקאַציעס, ווי לונגען אַנטצינדונגען און אַנדערע.

די "סי–די–סי" האָט אָנגעהויבן רעגולער נאָכצוגיין די עפעקטיווקייט פון די פלו וואַקסין פון די 04 '– 05 ' סעזאָן, אָבער די רעזולטאַטן פאַר די ערשטע פּאָר יאָר זענען געווען פון קלענערע שטודיעס און זענען געהאלטן געוואָרן ווייניגער באַגלויבט. די עפעקטיווקייט איז געלאָפן פון 47 פּראָצענט צו 60 פּראָצענט אין די לעצטע 6 יאָר, ווען שטודיעס האָבן אַריינגענומען אַ גרעסערע צאָל פּאַציענטן.

צווישן די אינפעקטירטע קרענק, ווערט פלו באַטראַכט אַלס איינע פון די פירנדע טויט–פאַלן אין לאַנד. אין דורכשניט, שטאַרבן אַרום 24 טויזענט אַמעריקאנער יעדע פלו סעזאָן, לויט די "סי–די–סי".

כאָטש וואָס עס איז אוממעגליך פאָראויס צו זאָגן ווען דער פלו סעזאָן הייבט זיך אָן און ענדיגט זיך, און דאָס קען אויך זיין פאַרשידנאַרטיג אין אַנדערע טיילן פון לאַנד, פּאַסירט רוב פון די פלו אַקטיוויטעט צווישן אָקטאָבער און מאַי. דאָס שווערסטע איז דאָס מייסטנס צווישן דעצעמבער און פעברואַר.

ווי באַריכטעט פאָריגע וואָך, זענען געזונטהייט באַאַמטע באַזאָרגט אַז ווייניגער קינדער נעמען דעם וואַקסין, נאָכדעם וואָס זיי האָבן אויפגעהערט צו אינדאָרסירן אַ פּאָפּולערע נאָז–איינשפּריץ ווערסיע פון דעם וואַקסין, ווייל פאָרשונגען האָבן געוויזן אַז עס האָט נישט געאַרבעט גוט פאַר אַן אַנדערע אָפטע סאָרט פון די פלו.

בילד: "סי–די–סי" עקספּערטן ערמוטיגן צו נעמען די פלו–וואַקסין אין ערוואַרטונג צו שווערן סעזאָן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל