ניובורג. — ביים אָפּצייכענען 10 יאָר פון פּאַסאַזשיר–סערוויס פון סטואַרט–עירפּאָרט שטעלט זיך אַרויס, אַז די לופט–פעלד איז דער ערשטער אויסוואַל פון די מיד–האָדסאָן רייזנדע, און מענטשן גלייכן "נאָרוועגיען–עיר" ווייל עס איז זיי גרינג זיך צו פאַרבינדן מיט אייראָפּע דורך דובלין.

אָבער די ערשטע 10 יאָר איז נישט געווען אַזוי לייכט פאַר די "פּאָרט–אויטאַריטי" און פאַר סטואַרט'ס שטיצער. די רעסעשאָן, שטייגענדע געזאָלין פּרייזן און עירליין באַנקראָטן און צוזאַמענשמעלצונגען האָבן צעוואָרפן די פּלענער אַ צאָל אַוויאַציע דירעקטאָרס און פאַרוואַלטערס.

ערשט יעצט מיט'ן אָנקום פון די ניו יאָרק עיר–שאָו, נאָרוועגיען–עיר'ס סערוויס קיין אייראָפּע, עלידזשענט'ס פרישע רייזעס קיין סאָוט–קאַראָליינע, און צוויי נייע ערטער אין פלאָרידע, זעט עס אויס ווי סטואַרט וועט הייבן איר פּאַסאַזשיר–סערוויס.

דער געוועזענער "פּאָרט–אויטאַריטי" טשערמאַן — וועלכער האָט פאַרהאַנדלט דאָס אָפּקויפן די עירפּאָרט'ס 'ליעס' — זאָגט, אַז דער באַשלוס צו אינוועסטירן אין סטואַרט איז פונדאַמענטאַל געווען אַ באַשלוס איבער'ן צוקונפט, איבער די פּלאַנירונג נישט בלויז פאַר די קומענדיגע ביזנעס–סייקל, אָבער פאַר די קומענדיגע הונדערט–יאָר. ער האָט אָנגעוויזן, אַז די אָנגעלייגטקייט אין די 3 גרויסע עירפּאָרטס וואָס האָט געצוואונגען די "פּאָרט–אויטאַריטי" צו זוכן נאָך פּלאַץ איז נישט אַוועקגעגאַנגען און וועט נישט אַוועקגיין, און געשאַצט אַז מיט די צייט וועט סטואַרט רעאַליזירן איר מעגליכקייט.

די "רעדזשיאָנעל פּלען אַסאָסיעישאָן" פערטע פּלאַן וואָס וועט פאַרעפנטליכט ווערן דעם קומענדיגן נאָוועמבער 30, זאָגט פאָראויס אַז די האָדסאָן–וואַלי'ס באַפעלקערונג וועט ווייטער וואַקסן בעת מער מענטשן פאַרלאָזן פון די מעטראָפּאָליטן געגנט, ערשט פאַר צווייטע הייזער און דערנאָך צו אַרבעטן פונדערהיים.

אַ הויכראַנגיקער טראַנספּאָרטעישאָן באַאַמטער האָט געזאָגט, אַז די דעמאָגראַפישע ענדערונגען וועט בענעפיטירן סטואַרט אינעם לאַנגן–טערמין. ער זאָגט, אַז סטואַרט וועט נישט זיין קיין פאַרגלייך צו די גרויסע 3 עירפּאָרטס, אָבער עס וועט זיין אַסאַך מער ווי דאָס וואָס זי איז היינט.

אין דער זעלבער צייט, באַטראַכט די אַוויאַציע אָפּטיילונג וואָס עירליינס טוען מיט זייערע עראָפּלאַנען און זייערע רוטס — און מיט זייערע באַשטעלונגען פאַר נייע עראָפּלאַנען — צו קענען אַרויסנעמען דערפון וואָס עס זענען זייערע צוקונפטיגע פּלענער. צום ביישפּיל, נאָרוועגיען'ס אַפּליקאַציע צו די פעדעראַלע טראַנספּאָרטעישאָן דעפּאַרטמענט צו פאַרגרעסערן אירע רייזעס און אירע באַשטעלונגען פאַר באָאינג'ס נייע 737–מעקס עראָפּלאַנען, איז געוואָרן אַ טייל פון די פילע–יאָרן באַמיאונגען צו ברענגען די עירליין קיין סטואַרט.

גלייכצייטיג האָט די "פּאָרט–אויטאַריטי" געזוכט צו ציען נייע ביזנעסער און נייע דזשאַבס צו די עירפּאָרט, אָפּגעזען פון נייע פּאַסאַזשיר סערוויס. "די–עיטש–על" האָט זיך אָנגעשלאָסן צו "יו–פּי–עס" און "פעדעקס", וואָס האָט פאָרגעשטעלט סטואַרט אַלס די איינצגיסטע עירפּאָרט איבער'ן לאַנד, וואו די וועלט'ס 3 דאָמינירנטע פראַכט–פירמעס האָבן פונקציעס.

*

די "פּאָרט–אויטאַריטי" האָט אָרגינעל געפּלאַנט אַריינצוגיסן 500 מיליאָן דאָלער אין סטואַרט–עירפּאָרט אויסבעסערונגען, אָבער איז געווען געצוואונגען צוריקציען איר פּלאַן ווען די רעסעסיע האָט איינגעשרומפן אירע אייננאַמעס און קאָנקורינדע פּראָיעקטן האָבן אַוועקגעבלאָזן אַן עירפּאָרט וואו די צאָל פּאַסאַזשיר און קאַרגאָ זענען געפאַלן.

אָבער, די "פּאָרט–אויטאַריטי" האָט אינוועסטירט 176 מיליאָן דאָלער צו ברענגען סטואַרט'ס אינסטאָלאַציעס צו מאָדערנע אַוויאַציע סטאַנדאַרטן, אַריינגערעכנט:
• 79.3 מיליאָן דאָלער צו רעהאַביליטירן און איבערפלאַסטערן די צוויי ראָנוועיס, די 11,817–פיס ראָנוויי 9-27 און די 6,004 –פיס ראָנוויי 16-34 , אַ געמיינזאַמע 3.4 מייל, און עטליכע טעקסיוועיס.
• 20.9 מיליאָן דאָלער צו ערזעצן די "וועטער אינסטרומענטעישאָן פּאַוער סירקיוט" און די "ראָנוועי וועטער אינפאָרמעישאָן סיסטעם".
• 18.6 מיליאָן דאָלער צו אַפּגרעידן טעקסיוועי און די לעקטער סיסטעמען.
• 18.3 מיליאָן דאָלער צו שאַפן אַ "פּערימעטער" וועג, כדי די גאַזאָלין טראָקס און אַנדערע אויטאָמאָבילן זאָלן קענען אָנקומען צו די עראָפּלאַנען אָן דורכפאָרן אַן אַקטיווע ראָנוועי.
• 12.6 מיליאָן דאָלער צו פאַרריכטן סטואַרט בולעוואַרד, בויען אַ לאָנג-טוירם פּאַרקינג–לאַט און רעהאַביליטירן אַנדערע ראָודס און פּאַרקינג–לאַטס.
• 9.4 מיליאָן דאָלער צו בויען די "מיד-האָדסאָן רידזשיאָנעל קריים לאַבאָראַטאָריע", טייל פון אַן אָפּמאַך צו האַלטן די סטעיט–פּאָליס ביים עירפּאָרט.
• 4.5 מיליאָן דאָלער צו ערזעצן די טערמינאַל און פיר אנדערע געביידעס.

בילד: קלאָרער צוקונפט פאַר פרישע אינוועסמענטס אין סטואַרט–עירפּאָרט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל