אונטער די פאקיסטאנער מוסלעמענער געזעצן איז שטרענג פארבאטן צו פארמאגן אדער זיך איינהאנדלן סיי וועלכע אלקאהאלישע געטראנקן, אבער פארט איז פארהאן א בליענדע שווארצע מארקעט פאר די וועלכע זענען פארקויפן פאר׳ן ביטערן טראפ, און די פאליציי טוט שטיין אויף די וואך צו כאפן די וועלכע פארלעצן דעם געזעץ, א זאך וואס שטעלט די פאליציי און די אלקאהאל שמוגלער אין א נאכאנאנדיגע קאץ און מויז געיעג.

אבער א נארט קארעאר דיפלאמאט איז אויפגעקומען מיוט א ארגינעלע געדאנק צו מאכן אפאר דאלער אויסער זיין מאגערע געהאלט וואס ער קריגט פון די פארארימטע רעזשים, און ווי עס שיינט האט ער אנגעפירט א גרויסע אפעראציע פון פארקויפן אומלעגאלע געטראנקן, ווי עס איז געווארן אויפגעדעקט צוליב א אנגעבליכע רויבעריי. ער קען זיך דאס איינהאנדלן וויבאלד אונטער׳ן פאקיסטאנער געזעץ פארמאגן דיפלאמאטן א ספעציעלע ערלויבעניש צו באזיצן אלקאהאל.

די וואוינונג פון דעם דיפלאמאט אין די נארט קארעא קאנסיל אין די הויפטשטאט איסלאמאבאד איז בארויבט געווארן, און ווען דער דיפלאמאט האט איבערגעגעבן פאר די פאליציי די באריכט איבער וואס איז געגנב׳ט געווארן שטעלט זיך ארויס אז אין זיין הויז האט ער פארמאגט א מאסיווע קוואנטום פון אלקאהאלישע געטראנקן, פיל מער וויפיל עס קען געברויכט.

לויט די פאליצייאישע באריכט האט ער פארמאגט אלקאהאל אין די ווערט פון איבער 150,000$, מער וויפיל א נארט קארעאר דיפלאמאט קען זיך ערלויבן, ער האט פארמאגט ארום טויזנט פלעשער פון טייערע דשאני וואלקער וויסקי, ארום 200 קעסטלעך וויין, 60 קעסטלעך ביר און הונדערטער פלעשער פון אנדערע שארפע געטראנקן.

די רויבער זענען אידענטיפיצירט געווארן, און ווי עס שטעלט זיך ארויס זענען זיי פאליציי אפיצירן, און די פאליציי האט געזאגט אז זיי וועלן שטעלן די פאליציאנטן צום געריכט וויבאלד זיי האבן נישט די רעכט צו אריינגיין אין א הויז פון א דיפלאמאט, אבער עקספערטן האלטן אז דאס איז געווען ספעציעל אונטערגעשטעלט צו אפשטעלן די מאסשטעבליכע שווארצע מארקעט וואס ער האט אנגעפירט.

בילד: נארט קארעאר אמבאסאדער אין פאקיסטאן מאכט געלט פון פארקויפן אומלעגאלע געטראנקן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל