די אמעריקאנער רעגירונג האט ארויפגעלייגט סאנקציעס אויף נאך 10 באאמטע אין די ווענעזועלער רעגירונג וועלכע שפילן א ראלע אין די לעצטערע אנטי-דעמאקראטישע שריט פון די מאדורא רעזשים וואס טוט ארויפצווינגען איר מאכט אויפ׳ן ווענעזועלן פאלק אין די צייט וואס א שווערע הונגער קריזיס פלאגט דאס לאנד. מיט די יעצטיגע סאנקציעס איז די צאל אינדיווידועלן אין ווענעזועלע וועלכע זענען סאנקציאנירט ארויף צו 40, מיינסטנס פון זיין רעגירונג באאמטע אדער אנדערע איינפלוסרייכע פיגורן.

דער טרעזשורי סעקערטאר סטיווען מענוטשין האט געמאלדן איבער דעם באשלוס זאגנדיג ״אמעריקע וועט נישט בלייבן שטיין אין די זייט אין די צייט ווען דאס פאלק אין ווענעזועלע ווערט פארפאלגט, און די מאדורא רעזשים טוט סיסטעמאטיש צוברעכן די ווענעזועלער דעמאקראטיע״ אונטער די סאנקציעס וועלן זייערע בענק קאנטעס וועלן געפרוירן ווערן, און זיי וועלן נישט ווערן ערלויבט צו מאכן סיי וועלכע געשעפטן אין אמעריקע.

דאס קומט נאכדעם וואס די מאדורא רעזשים האט אפגעצייכנט א אנגעבליכע זיג אין די וואלן וועלכע זענען דארט אפגעהאלטן געווארן פארלאפענעם מאנאט, אבער די וואלן ווערן באצייכנט דורך אינטערנאצינאלע עקספערטן אלס גאר שווינדערליש און די אפאזיציע גרופעס האבן נישט באקומען קיין געהעריגע מעגליכקייט צו קאמפיינען קעגן די רעגירונג געשטיצטע קאנדידאטן.

בילד: אמעריקע ברייטערט אויס סאנקציעס קעגן ווענעזועלע רעגירונג מיטגלידער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל