רוסלאנד – א גרופע צירקוס טרענירער האבן געזאגט אז זיי האבן אפגעראטעוועט 2 פון זייערע עלעפאנטן פון פארפרוירן ווערן צום טויט דורך זיי אנטרינקען מיט וואדקע. די געשיכטע האט פאסירט ווען די עלעפאנטן זענען געפירט געווארן מיט א טרעילאר צו א צירקוס אויסשטעל אין נאוואסיבירסק, א שטאט אין סיביר, ווען דער טרעילאר האט אויפגעריסן אין פלאמען, און מען האט געמוזט די עלעפאנטן ארויסשטעלן אינדרויסן אויפ'ן שאסיי ביז מען האט געקענט ברענגען אן אנדערן טראק זיי אפצונעמען. עס איז געווען א געפערליכער געפאר אז די עלעפאנטן זאלן שטארבן פון פרעסט, און די טרענירער האבן דערפאר אנגעטרונקען די ביידע עלעפאנטן, וועלכע זענען אין עלטער פון 45 און 48 יאר, מיט 2.6 גאלאנען וואדקע אריינגעמישט אין ווארעם וואסער, און עס האט טאקע געהאלפן די עלעפאנטן זאלן איבערלעבן און בלויז די שפיצן פון זייערע אויערן האבן געליטן פראסט-ביסן.

בילד: וואדקע ראטעוועט עלעפאנטן אין סיביר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל