דייטשלאנד – די פאליטישע צוקונפט פון דייטשלאנד'ס קאנצלערין, אנגעלע מערקעל, איז אונטער א גרויסע פראגע-צייכן, נאכדעם וואס נעכטן זענען צוזאמגעפאלן די געשפרעכן וואס זי האט געפירט מיט'ן ציל צו שאפן א נייע רעגירונג קאאליציע מיט אנדערע פארטייען. די אנדערע פארטייען האבן אוועקשפאצירט פונעם פארהאנדלונגס טיש, נאכ'ן זיך נישט קענען פאראייניגן אויף וויכטיגע אישוס, א שטייגער ווי אימיגראציע און פליטים, און כאטש אצינד בלייבט מערקעל קאנצלערין, איז זי אבער אין דער מינאריטעט, וויבאלד די אנדערע פארטייען, און נישט איר פארטיי, האבן א מערהייט זיצן אינעם דייטשן פארלאמענט. מערקעל האט נעכטן געזאגט אז זי איז גרייט צו פאררופן פרישע בליץ-וואלן, מיט דער האפענונג צו געווינען דאסמאל איר אייגענע מאיאריטעט און נישט דארפן צוקומען צו א קאאליציע מיט אנדערע פארטייען.

בילד: מערקעל'ס צוקונפט אונטער פראגע-צייכן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל