זימבאבווע – די פארלאמענט אין זימבאבווע האט דערקלערט, אז זיי האבן אנגעהויבן אונטערנעמען די נויטיגע פראצעדורן צו אימפיטשן דעם לאנגיעריגן פרעזידענט און דיקטאטור, ראבערט מוגאבי, נאכדעם וואס ס'זענען אריבער די 24 שטונדן דעדליין וואס דאס זימבאבווער מיליטער און מוגאבי'ס פארטיי האבן אים געהאט געגעבן אז ער זאל אפטרעטן. מוגאבי האט פארנארט דאס לאנד זונטאג, ווען ער האט געזאלט מעלדן זיין רעזיגנאציע ביי א רעדע, אבער ער האט למעשה נישט געזאגט קיין ווארט אז ער טרעט אפ, וואס האט געברענגט א פרישן אויפברויז. דער הויפט זימבאבווער גענעראל, וועלכער האט זיך ארויסגעשטעלט קעגן מוגאבי פאריגע וואך, האט געזאגט אז מוגאבי פירט געשפרעכן מיט'ן וויצע פרעזידענט וועמען ער האט ארויסגעווארפן, און עס איז מעגליך אז דער וויצע פרעזידענט וועט איבערנעמען די מאכט.

בילד:מוגאבי אימפיטשמענט פראצעדור אין קראפט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל