בעלגיע – א הויכראנגיקער פראקוראר אינערהאלב דעם "אינטערנאציאנאלן קרימינאלן געריכט" האט נעכטן געזאגט, אז ער וויל עפענען א פראצעס קעגן דעם אמעריקאנער מיליטער, אויסצופארשן מעגליכע קרימינאליטעטן און מענטשן-רעכט פארלעצונגען וואס אמעריקאנער זעלנער און אמעריקאנער רעגירונג איינגעשטעלטע זענען באגאנגען קעגן אפגאנער בירגער אין לויף פון די לעצטע פופצן יאר. באשולדיגונגען אז אמעריקאנער זעלנער האבן פארלעצט די מענטשן רעכטן פון אפגאנער בירגער, איז נישט קיין נייע זאך, און עס האט זיך אנגעהויבן מיט די אויפדעקונגען אז סי-איי-עי אגענטן האבן גענוצט אומלעגאלע פייניגונגס מעטאדן אויסצופארשן טאליבאנער ארעסטאנטן אין אפגאניסטאן – א זאך וואס אבאמא האט דערקלערט אלס אומלעגאל ווען ער איז אריינגעקומען אין ווייסן הויז אין יאר 09'.

בילד: אינטערנאציאנאלע געריכט וויל פארשן אמעריקע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל