ניו יארק סיטי - די טראמפ אדמיניסטראציע האט געמאלדן אז זי וועט דעפארטירן א געוועזענער נאצי וועלכער וואוינט שוין יארן שטילערהייט אין קווינס. דזשאקיוו פאלידזש איז געווען א נאצי וועכטער אינעם דייטשן קאנצענטראציע לאגער טראווניקי אין פוילן, אבער ער האט באוויזן אנצוקומען קיין אמעריקע, וואו ער האט זיך באזעצט אין קווינס. אין יאר 05׳ האט א געריכט ארויסגעגעבן א פארארדענונג אז ער זאל דעפארטירט ווערן, אבער דער אורטייל איז קיינמאל נישט געהעריג אויסגעפירט געווארן. יעצט זאגט די טראמפ אדמיניסטראציע אז זיי וועלן דעפארטירן פאלידזש קיין אוקראינע, דייטשלאנד אדער פוילן.
![בילד: קווינסער נאצי וועט ענדליך דעפארטירט ווערן בילד: קווינסער נאצי וועט ענדליך דעפארטירט ווערן](https://blogger.googleusercontent.com/img/proxy/AVvXsEj9l0laJC4oFbUajj8wAE6c5N-e7xJIZziUv6l5TXasIQ1tD7o4yDWv30RNdH55n9PjXK50d2ZwSPfUZXtQwWBpEZtm7mi5TEMRmDODoGmxJr_M93PZyUr3lJn8IgPRwAk64Uxnd_dg7gtgGB4xshKHV_T0kktQULv2fYcEIbu6FARVgm-9ofmZqZl20R2lG8yUwAWowbO5aVHo3MT4N6zwEd0-xyUSVg=s0-d-e1-ft)
הוסף רשומת תגובה