וואשינגטאן - געוויסע אידישע גרופעס זענען ארויסגעקומען מיט שטארקע קריטיק קעגן דעם שטייער רעפארם ביל וואס קאנגרעס האט דאנערשטאג באשטעטיגט. דער ביל האט אריינגענומען א טייל בטל צו מאכן די ״דזשאנסאן אמענדמענט״ וואס האט לאנגע יארן פארבאטן רעליגיעזע אינסטיטוציעס פון אינדארסירן פאליטישע קאנדידאטן און בכלל זיך אריינמישן אין פאליטיק. די אידישע גרופעס זאגן אז אויב די דזשאנסאן אמענדמענט וועט טאקע אפגעשאפן ווערן, וועלן רעליגיעזע אידישע גרופעס ווערן צו שטארק פארמישט אין פאליטיק. אנדערע אידישע גרופעס זעען דערין א געוואונטשענע זאך, אז זיי וועלן קענען געהעריג אינדארסירן און שטיצן קאנדידאטן, וואס וועט זיי העלפן צוריק באקומען הכרת הטוב פון די פאליטישאנס.

בילד: מיינונגס פארשידנהייטן ביי אידן איבער שטייער רעפארם

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל