רעפובליקאנער געזעצגעבער אין קאנגרעס האבן ארויסגעלייגט א דאקומענט וועלכע טוט פארשטעלן די געפלאנטע שטייער שניטן און די פאראיינפאכונג פון די שטייער געזעצן. דאס נעמט אריין באדייטנדע שניטן פאר די שוואכערע פארדינער און אזוי אויך פאר פאמיליעס. און א רייע טוישן וועלכע וועלן זיין מער גונסטיג פאר ביזנעסער און קארפאראציעס אין אמעריקע. אלעס אינאיינעם טוען די פלענער שניידן ארום אנדערטהאלבן טריליאן דאלער פון שטייער איינקונפטן.

פאר אינדיווידועלע פארדינער וועלן איינגעשטעלט ווערן דריי ״ברעקעטס״ לויט די שטאפל פון די פארדינסט, די קלענסטע ראטע וועט זיין 12% און דאן 25 און די העכסטע וועט זיין 35%. אבער פאר געוויסע גאר רייכע וועט עס בלייבן עטוואס העכער. אזוי אויך גייט ארויף די סכום אויף וועלכע מען דארף נאכנישט אנהייבן צאלן שטייערן, פאר א אינדיווידועל וועט עס שטיין ביי 12,000$ און פאר א פארפאלק ביז 24,000$ וואס וועלן נישט באלאסטיגט ווערן.

פארדינער ביז 90ֿ,000$ א יאר וועלן זיין אין די 12% ברעקעט, און ביז 260,000$ וועלן זיין אין די 25% ברעקעט. און ביז א מיליאן דאלער יערליך וועט מען זיין ביי די 35% ברעקעט. און איבער א מיליאן א יאר איז שוין אביסל מער קאמפליצירט און עס קען זיין עטוואס העכער 39%. אזוי אויך וועט דאס העכערן די ״דידאקטעיבל״ פאר קינדער פון 1000$ צו 1,600$ פאר א גאנצע פאמיליע, וואס באדייט א שטארקע פארלוסט פאר קינדער געבנטשטע פאמיליעס.

אין די זעלבע צייט וועלן פילע אנדערע טעקס קרעדיטס און דידאקטעיבלס עלימינירט ווערן, דאס רעכנט אריין א 15% קרעדיט פאר פענסיאנירטע אדער דיסעיבלד. אזוי אויך וועט דאס אוועקנעמען שטייער קרעדיטס פאר עלימאני, אזוי אויך וועלן מארגעדש דידאקשענס אראפגיין צו מארגעדשעס נאר ביז 500,000$ פאר פרישע איינקויפן. אזוי אויך געוויסע סטעיט דידאקשענס פאר סטעיטס וועלכע האבן א הויכע שטייער ראטע וועלן עלימינירט ווערן. א זאך וואס קען שאטן פאר ניו יארקער.

בילד: רעפובליקאנער פארעפנטליכן דעטאלירטע שטייער רעפארם פלענער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל