״וואשינגטאן פאוסט״ אנקעטע צייגט אז מער ווי דאפלט אמעריקאנער שטיצן די ספעציעלע אויספארשונג איבער רוסלאנד ווי די וועלכע זענען דערקעגן. ארום 58% פון אויסגעפרעגטע האבן אויסגעדריקט א פאזיטיווע מיינונג איבער די אויספארשונג, טראץ א שטארקע קאמפיין פון רעפובליקאנער קעגן ראבערט מיולער. אויף די פראגע אויב דער פרעזידענט קאאפערירט מיט די אויספארשונג האבן בלויז 4 צווישן 10 אמעריקאנער געזאגט אז זיי גלייבן אז דער פרעזידענט קאאפערירט.

קוקנדיג אויף פארטיי ליניעס, האבן ארום דריי פערטל דעמאקראטן אין די אנקעטע אויסגעדריקט צופרידנהייט מיט מיולער, און ארום האלב פון זעלבסשטענדיגע וויילער, און צווישן רעפובליקאנער האבן ארום 35% אויסגעדריקט צוטרוי. אזוי אויך צייגט עס אז ארום 49% אמעריקאנער גלייבן אז טראמפ אליין איז באגאנגען א פארברעכן און מיטגעארבייט מיט די רוסישע פרואוו צו באיינפלוסן די וואלן.

בילד: א מערהייט פון אמעריקאנער שטיצן דעם ספעציעלן אויספארשונג ראבערט מיולער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל