דאננע בראזיל, א פראמינענטע פיגור אין די דעמאקראטישע פארטיי וועלכע האט געדינט אלס די פארזיצערין פון די פארטיי דורכאויס די וואלן איז ארויסגעקומען מיט א בוך אין וועלכע זי רייסט שטארק אראפ די דעמאקראטישע פארטיי פירערשאפט און הילערי קלינטאן, זאגנדיג אז זי האט ״פארכאפט״ די פארטיי און מאניפולירט די פריימעריס קעגן בערני סענדערס אויף אן אומעטישן פארנעם. זי זאגט אז וויבאלד אבאמא האט פארלאזט דעם דעמאקראטישן פארטיי מאשין איז די קאסע געווען אויסגעליידיגט פון געלט, און די פארטיי האט בלויז געקענט איבערלעבן פון די ביישטייערונגען וואס קלינטאן האט אריינגעברענגט, און אזוי ארום האט זי פארזיכערט אז זי האט די פארטיי פירערשאפט אין איר קעשענע.

זי שרייבט אז דורכאויס די פריימעריס האט די פארטיי זיך גענצליך צוגעשטעלט צו די פארשריפטן פון די הילערי קאמפיין און יעדע זאך האט געמוזט דורכגיין די קלינטאן קאמפיין באאמטע, א זאך וואס האט איר געהאלפן באזיגן בערני סאנדערס. אירע באשולדיגונגען זענען נישט קיין נייעס און עס איז איבערגעוויזן געווארן אין די אימעילס וועלכע זענען אויפגעדעקט געווארן דורך וויקיליעקס, אבער פארט איז עס א איבעראשונג אז זי איז אפיציעל ארויסגעקומען קעגן קלינטאן, און אזוי אויך מילדע קריטיק קעגן אבאמא.

בילד: געוועזענע דעמאקראטישע פארזיצערין קומט ארויס שארף קעגן הילערי קלינטאן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל