די אנגעצויגנקייט ארום די זעלבסשטענדיגקייט פון קאטאלניע האט געגרייכט א פרישע שטאפל נאכדעם וואס די רעגירונג אין שפאניע האט ארויסגעלייגט א אינטערנאציאנאלע ארעסט פארלאנג קעגן קארלוס פודשאמען, דער ארויסעווארפענער פרעזידענט פון קאטאלאניע וועלכער האלט זיך אויף יעצט אין בעלגיע, א ריכטער האט באשטעטיגט די ארעסט און זיי ווערן אנגעקלאגט אויף קלאגעס פון פלאנירן אן אויפשטאנד און גיין קעגן די שפאנישע קאנסטיטוציע.

פודשימאן האט געזאגט אז ער וועט נישט מיטארבייטן מיט די געריכט און פלאנט ווארשיינליך צו פארלאנגען אזיל רעכטן אין בעלגיע. די ארעסט פארלאנגען זענען אויף 15 פון די מיניסטארן, 4 פון זיי האלטן זיך אויף אין בעלגיע אינאיינעם מיט דעם פרעזידענט, און די איבריגע זענען שוין ארעסטירט געווארן און איינער פון זיי איז שוין ארויס אויף בעיל.

בילד: אינטערנאציאנאלע ארעסט פארלאנג קעגן קאטאלאניער פרעזידענט 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל