קאליפארניע – די געזונטהייט באאמטע אין קאליפארניע און אין אריזאנע זענען באזארגט איבער דער דראמאטישער שטייגונג פון דער וואלי פיבער קראנקהייט. די קראנקהייט שטאמט פון פאנגוס וואס לעבן אויף די מדבר זאמד, און ווען עס קומט א ווינט און בלאזט אויף די זאמד קענען מענטשן קראנק ווערן דורך איינאטעמען אין די לונגען די פאנגוס-שטויבעלעך. די קראנקהייט טרעפט זיך נאר אין די טרוקענע מדבר ערטער אינעם דרום-מערב טייל פון אמעריקע, ספעציעל אין קאליפארניע און אין אריזאנע. דער פראבלעם איז געקומען צום אויבערפלאך נאכדעם וואס די פעדעראלע רעגירונג האט פארלאנגט פון קאליפארניע אוועקפירן 3,000 ארעסטאנטן פון צוויי קאליפארניע סטעיט טורמעס וועלכע זענען סטאנציאנירט אין די מדבריות געגענטן, צו אנדערע ערטער, היות די ארעסטאנטן זענען אין געפאר קראנק צו ווערן מיט דער קראנקהייט. אן אנדערע געשיכטע, וואס האט געצויגן העדליינס, איז געווען א באריכט אז 28 קאנסטראקשאן ארבעטער ביי די צוויי פראיעקטן אינעם קאליפארניער מדבר צו בויען סאולאר פארמס זענען קראנק געווארן מיט דער וואלי פיבער קראנקהייט.

בילד: זארג איבער "וואלי פיבער" קראנקהייט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל